שמועס:רבי שבתי משורר באס

פון המכלול
ווערסיע פון 02:19, 20 דעצעמבער 2024 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏"שפתי חכמים החדש" פון עוז והדר: תגובה למשתמש י'הושע (CD))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

לעצטע תגובה: 20 דעצעמבער פון שווערמער אין די טעמע "שפתי חכמים החדש" פון עוז והדר
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

"שפתי חכמים החדש" פון עוז והדר

לדעתי מעג מען עפעס דערמאנען דערוועגן. י'הושע (שמועס) 18:24, 19 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

נ"ב. אין זייערע מקראות גדולות חומשים האבן זיי אריינגעלייגט "שפתי חכמים החדש" (אזוי דוכט זיך מיר הגם עס איז נישט תחת ידי כעת) בשעת אין זייערע "חדר חומשים" האבן זיי אריינגעלייגט "שפתי חכמים הקצר". י'הושע (שמועס) 01:27, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

עס האט עפעס מיט ר' שבתי?... שווערמער (שמועס) 01:44, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
עס האט נישט מיט ר' שבתי דירעקט. אבער אויב שרייבט מען שוין וועגן דעם "עיקר שפתי חכמים", און אפילו וועגן דעם "קריטיק" אויפ'ן "עיקר שפתי חכמים", מעג מען שוין אויך דערמאנען עפעס וועגן די אנדערע "חיקויים" וואס האבן נאכגעמאכט דעם שפתי חכמים. עס ווייזט סיי אויפ'ן שפתי חכמים'ס "פאפולעריטעט" (ווי אזוי מ'האט עס געזוכט נאכצומאכן), און סיי אויפ'ן "קריטיק" דערויף (ווי אזוי מ'האט עס געזוכט צו ערזעצן מיט בעסערס).
עכ"פ אויב מ'וועט וועלן מפצל זיין דעם ארטיקל און שאפן א באזונדערע ארטיקל אויפ'ן פירוש "שפתי חכמים" זעלבסט (אזוי ווי אין העברעאישן מכלול), וואלט זיכער געווען כדאי דארטן צו דערמאנען אויך דעם "שפתי חכמים החדש" און דעם "שפתי חכמים הקצר". י'הושע (שמועס) 02:05, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ריכטיג. מ'קען אריינווארפן א שורה אונטער "פאפולעריטעט", וויאזוי מ'האט אים נאכגעמאכט און צוגעכאפט זיין פארקינג ספאט... שווערמער (שמועס) 02:19, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]