דרעפט:קינות
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
קינות זענען פיוטים וואס דרוקן אויס קלאג אויפ'ן חורבן בית המקדש, אדער אנדערע צרות ביי כלל ישראל. יעדן תשעה באב ביינאכט און אינדערפרי זאגט מען קינות אויפ'ן חורבן בית המקדש. עס זענען דא פארשידענע מנהגים איבער וועלכע קינות צו זאגן.
עס זענען אויך דא א צאל קינות וואס קלאגן אויף צרות און גזירות אויף אידישע קינדער במשך די דורות, טייל פון זיי פריט מען זיך צו זאגן אום תשעה באב.
קינות לתשעה באב
אום תשעה באב דער טאג וואס האט פאסירט דעם חורבן בית המקדש איז פארפאסט געווארן א גרויסער צאל קינות וואס קלאגן אויף דעם גרויסן פארלוסט וואס כלל ישראל האט פארלוירן, און דעם שווערן גלות אין וואס מ'איז פארטריבן געווארן.
אין מסכת סופרים (פרק יד הלכה ח) ווערט געברענגט דער מנהג צו זאגן דעם "ספר קינות (מגילת איכה)" אום תשעה באב ביינאכט, און אז טייל ווארטן ביז אינדערפרי. ער שילדערט אז "אינדערפרי נאך קריאת התורה שטעלט ער זיך אויף, די קאפ פארשמירט מיט אש, און די קליידער צועפנט, און מען זאגט דאס מיט א געוויין און א קלאג, און מען טייטשט דאס איבער אויף תרגום אז אויך דאס אלגעמיינע פאלק, די פרויען און די קינדער זאלן דאס פארשטיין".
א גרויס טייל פון די קינות אויף תשעה באב זענען פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר. זיינע פיוטים זענען אויסגעשטעלט אז ביז'ן אות ס' איז א קרובה וואס מ'זאגט מען ביי די ברכות פון חזרת ש"ץ, און פון אות סמך און ווייטער זענען דא קינות צו זאגן נאך שמונה עשרה.
די קרובות איז אויסגעשטעלט אויפן גראם, מיט'ן אריסטאך פון 6 מאל די אלף בית, און די נאכפאלגנדע קינות זענען אויפ'ן אריסטאך פון אלף בית אדער תשר"ק, און טייל מאל אויך זיין נאמען.
די קינות פון קליר זענען אויסגעשטעלט ווי א קייט, די סוף ווארט פון ערשטן פיוט, איז דער ערשטער ווארט פונעם קומענדיגן פיוט. און איז אין מערסטנס באזירט אויף די פסוקים פון איכה און מדרשי חז"ל.
עס זענען אויך פארהאן נאך פילע פיוטים אויפ'ן חורבן בית המקדש פארפאסט געווארן אין פארשידענע זמנים. איין גאר עלטערער פיוט עד אנא בכיה בציון זאגט מען תשעה באב ביינאכט, און איז פון תקופת הגאונים, וואו די 12 מזלות באוויינען דעם חורבן. דער פיוט איז נישט אויפ'ן גראם.
מנהגים
דער מנהג בבל איז געווען צו זאגן סליחות אין אלע תעניתים, אריינגערעכנט תשעה באב. לויט דער מנהג ארץ ישראל האט מען געזאגט קינות אין א צאל תעניתים[1]. שפעטער איז איינגעפירט געווארן אז אופ תשעה באב זאגט מען בלויז קינות, און נישט קיין סליחות.
דער מנהג אשכנז איז געווען צו זאגן איין-און-צוואנציג קינות פון רבי אלעזר הקליר, אקעגן די 21 טעג צווישן י"ז תמוז און ט' באב, וואס דאס האט דער גאנצער ציבור געזאגט אינאיינעם, און דערנאך האט יעדער אליין צוגעלייגט פון די אנדערע קינות לויט זיין געשמאק. דער שליח ציבור האט אויך געקענט אראפנעמען פון די קינות פון קליר, און צולייגן אנדערע פיוטים אנשטאט[2].
די קינות זאגט מען זיצנדיג אויף דער ערד, אדער אויף א קליין בענקל, מיט א ניגון פון געוויין און קלאג.
דער לעצטער קינה איז אלי ציון דאס זאגט מען שטייענדיג מיט א ספעציעלן ניגון.
קינות אויף פארשידענע גזירות
עס זענען דא נאך פארשידענע קינות וואס זענען פארפאסט געווארן צו קלאגן אויף פארשידענע גיזירות דורכאויס די היסטאריע, טייל פון זיי צו זאגן תשעה באב, און טייל זאגן אין אנדערע געלעגנהייטן.
עס זענען די קינות אויף די פטירות פון צדיקים, און עס זענען דא וואס זאגן זיי אום תשעה באב, וויבאלד מיתת צדיקים איז געוואויגן ווי שריפת בית אלוקינו.
רבי יהודה הלוי האט מחבר געווען ארום 45 קינות אויף זיינע פריינט'ס פטירות[3].
צוויישן זיי: די עשרה הרוגי מלכות, די הרוגות פון יאר תתנ"ו די שריפת התלמוד, און די צווייטע וועלט מלחמה.
רעפערענצן
- ↑ עזרא פליישער, שירת הקודש, עמוד 72-73
- ↑ מהרם מרוטנבורג, מנהגים דבי מהר"ם ב"ר ברוך מרוטנברג, עמ' 34
- ↑ פינחס מילר, ארץ הגליל, עמ' 71 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)