חיים משה שטויבער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חיים משה שטויבער
ביים אויפטרעטן ביי דינער פון כולל שומרי החומות
ביים אויפטרעטן ביי דינער פון כולל שומרי החומות
געבורט 1941
כ"א כסליו תש"ב
קארלסבורג
פטירה 2020 (אלט: 79 בערך)
י' אייר תש"פ

חיים משה שטויבער (אדער שטאובער; תש"ב–תש"פ) איז געווען א כלל-טוער, עסקן, און ווארטזאגער פאר סאטמאר אין אמעריקע.

ביאגראפיע

זכרונות - פון רבנו הקדוש מסאטמאר (רבי יואל טייטלבוים זי"ע, ערשטער טייל, באשריבן פון חיים משה שטאובער, ניו יארק תש"מ

חיים משה איז געבוירן אין קארסלבורג אום כ"א כסליו תש"ב, צו רבי יחזקאל מנחם שטויבער, שו"ב אין קארלסבורג, אראד, צפת, און אנטווערפן. אלס בחור האט חיים משה צוערשט געלערנט אין לאנדאן ביי רבי אליקים שלעזינגער, דערנאך אין קאפעלן, שווייץ ביי רבי יצחק דוב קאפלמאן, און אין יאר תשי"ח איז ער געקומען פון אנטווערפן אויף אמעריקא לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור[1]. אין תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג.

נאך זיין חתונה האט ער געדינט אלס אדמיניסטראטער פון בית יעקב אין וויליאמסבורג. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד און ער האט אויסגעגעבן עטליכע יאר א טעגליכער צייטונג אויף ענגליש "The world Jewish tribune".

א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער. אין תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[2], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.

עסקנות

The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections, : Feldheim Pub, 2011

אין די פריע יארן פון סאטמאר אין אמעריקע, איז שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל-טוער, און פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמארער רבי'ס רעכטע האנט[3]. ער האט אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישע באאמטע, און האט אויסגעפירט פילצאליגע שתדלנות מיסיעס, אויפ'ן אויפטראג פון סאטמאר רבי'ן[2][4].

ער פלעגט אויפטרעטן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף ענגליש פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארער חסידים. און האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר[5][6].

ער איז געווען פון די גרינדער פון די יד לאחים אפיס אין אמעריקא, א פירנדער מיטגליד אין די רב טוב ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים איבער די וועלט, ער האט געדינט אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או), ער איז געווען א חבר הנהלה אין כולל שומרי החומות, און קרן הצלה, גרינדער און פירער פון איחוד עולמי של היהדות החרדית[7] פאר מלחמה איבערלעבער. ווי אויך האט ער רעפרעזענטירט די התאחדות הרבנים[8][9].

אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, וואס ווערט באצייכנט אלס דורכברוך ביים חסידי'שן אידנטום[10][11]. און האט באקעמפט דאס אויפשטעלן א רעסייקלונג פלענט אין וויליאמסבורג געגנט[12][13] און געשתדל'ט צו אויפבויען די בעדפארד גארדענס הייזער. און נאך פיל לייסטונגען לטובת הכלל והפרט[2].


ווערק

קינדער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים קאַטעגאָריע:עסקנים