רוי:דן

פון המכלול
ווערסיע פון 08:02, 17 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (השלמות)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דן
קבר דן בן יעקב מזרחית להר תבור.jpg
געבורט ט' אלולב'קצ"ה
פטירה ט' אלולב'ש"כ
טאטע יעקב
מאמע בלהה

דן איז געווען א קינד פון יעקב און בלהה די דינסט פון רחל, און דער זיידע פון שבט דן.


ביוגראפיע

נאך וואס לאה האט שוין געהאט געבוירן 4 קינדער, און רחל האט נאכנישט געהאט קיין קינדער. האט זי געבעטן פאר יעקב אז ער זאל הייראטן זיין דינסט בלהה כדי זי זאל האבן קינדער פון איר. דעמאלס האט יעקב איר גהייראט, און אין ט' אלול[1] ב'קצ"ה, געבורן א קינד וואס רחל האט אים א נאמען געגעבן "גד" ”וַתֹּאמֶר רָחֵל, דָּנַנִּי אֱ-לֹהִים, וְגַם שָׁמַע בְּקֹלִי, וַיִּתֶּן-לִי בֵּן; עַל-כֵּן קָרְאָה שְׁמוֹ, דָּן” - "דער אייבישטער האט מיר אנהייב דן געווען און נישט געגעבן קיין קינדער וועגן מיינע עבירות, און יעצט האט ער צוגעהערט מיין געבעט און געגעבן א קינד"[א].


דן האט געהאט איין קינד חושום[2], און לויט די דעה פון תוספות[3] איז דא וואס האלטן אז ער האט געהאט אסאך קינדער[ב], און לויט די דעה פונעם חזקוני און אבן עזרא[4] קען זיין אז ער הארט געהאט צווי קינדער, וואס איינער פון זיי איז נפטר געווארן פארן אראפ גיין אין מצרים

ווען יעקב אבינו האט זיך געזעגנט פון זיינע קינדער האט ער אים געווינטשן, "”דָּן, יָדִין עַמּוֹ כְּאַחַד, שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל : יְהִי-דָן נָחָשׁ עֲלֵי-דֶרֶךְ, שְׁפִיפֹן עֲלֵי-אֹרַח - הַנֹּשֵׁךְ, עִקְּבֵי-סוּס, וַיִּפֹּל רֹכְבוֹ, אָחוֹר : לִישׁוּעָתְךָ, קִוִּיתִי ה'” איז נפטר געווארן ט' אלול ב'ש"כ, זייענדיג 125 יאר האלט[1].

דרויסנדיגע לינקס

משפחה בוים

משפחה בוים וואס פרעזענטירט די פריערדיגע דורות:


ביאורים

  1. דער רד"ק, בראשית ל, ו לערנט אז זי האט געזאגט אז "דער אייבישטער האט מיר דן געווען און געזען אז איך בין ראוי צו האבן א קינד, און אז אפילו איך וואלט נישט געווען ראוי וואלט ער מיר געגעבן א קינד, וויל איך האב מתפלל געווען".
  2. און ער לערנט דאס פונעם וואט חושים, וואס טייטש זיך אויף אסאך - אדער ווי קיינעס וואס וואקסן אסאך צוזאמען (רשב"ם), אדער ווי קיינעס וואס האבן אסאך שאלעכץ, אדער ווי קיינעס וואס האבן אסאך שפאלטענעס (מיוחס לרבינו גרשום)

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 מוסטער:ויקיטסט
  2. בראשית מו, כג, און ווי דער רד"ק, שכל טוב, תוספת רי"ד. לערנען
  3. תוספת, בבא בתרא קמג, ב
  4. חזקוני, בראשית מו, כג אבן עזרא, בראשית מו, כג