רוי:רמ"א שול

פון המכלול
ווערסיע פון 19:00, 20 דעצעמבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


מזרח וואנט אין דער שול

די רמָ"א שול איז די צווייט עלצטע שול אין דעם קאזימיר געגנט פון קראקע. זי איז געבויט געווארן דורכן גביר רבי ישראל יאסלס, דער פאטער פונעם רמ"א, אין אנדענק פון זיין ווייב.

די שול שטייט ביים מזרח עק פונעם אלטן בית החיים אויף דער שרוקה גאס.

זי איז היינט די קלענסטע שול אין קראקע און אויך די איינציגסטע וועלכע איז נאך כסדר אין באנוץ, וואו מען דאווענט אויף נוסח אשכנז די נוסח אויף וואס דער רמ"א האט געדאווענט.

דער טויער ביים אריינגאנג צו דער שול

היסטאריע

רבי ישראל האט עס צוערשט געבויט די שול פון האלץ אום ה'שי"ג; בערך כסליו ה'שי"ז געפונט מען אן ערלויבעניש פונעם קעניג זיגמונד אויגוסט צו בויען די שול.

אין א' אייר אינעם זעלבן יאהר האט אויסגעבראכן א פייער אין דעם געגנט וועלכע האט פארלענדט די שול. און אין חשון ה'שי"ח האט ער באקומען א פרישע ערלויבעניש זי איבערצובויען, נאר דאמסמאל פון ציגל כדי זי זאל קענען ביישטיין א שריפה.

פארהאן וואס זאגן אז דאס צווייטע מאל האט מען זי נישט געבויט אויף גענוי דעם זעלבן פלאץ ווי די ערשטע וואס האט אפגעברענט, וואס אזוי איז משמע פון די דאקומענטן אז די האלצערנע איז געווען אין רבי ישראל'ס הויז.

במשך דער צווייטע וועלט מלחמה האבן זי די נאציס גענוצט פאר א געווער מאגאזין אין וועלכע א טייל באצירונגען זענען געשעדיגט געווארן.

אין יאהר ה'תש"ח האט מען זי פריש איבערגעבויט און געעפנט צום באנוץ.

זי איז היינט צו טאג פון די מערסט באזוכטע פלעצער וואו יודן גייען אין קראקע.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!