רוי:אלכסנדר ליזען
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
געבורט |
יולי 20, 1911 היידאקי, וואהלינער גובערניע |
---|---|
פטירה |
מערץ 25, 2000 (אלט: 88) לעמבערג |
שם לידה | ישראל ליזענבערג |
מקום קבורה | לעמבערג |
מקום לימודים | Lviv University of Trade and Economics |
שפות היצירה | אוקראיניש; אידיש |
אלכסנדר ליזען (אוקראיניש: Олександр Лізен; אמת'ער נאמען - ישראל ליזענבערג; 1911, היידאקי – 2000, לעמבערג) איז געווען א פראזאאיקער אין אוקראיניש און יידיש, א מיטגליד פון דער שרייבער-פאראיין פון סאוויעטן פארבאנד (1978). ער האט באקומען דעם "באערטער קולטור ארבעטער פון אוקראינע" טיטל אין 1994.
לעבנס-געשיכטע
ער איז געבוירן געווארן אין 1911 צו אן ארעמער משפחה אין דארף היידאקי (וואס עקזיסטירט שוין נישט היינט, אין וואלאטשיסקער ראיאן) אין סטארא-קאנסטאנטינאווער קרייז פון וואהלינער גובערניע. זיין יוגנט האט ער פארברענגט אין שטעטל קופיל. אין 1923 איז ער געווארן א מיטגליד אין די ציונ'יסטישע יוגנט ארגאניזאציע "השומר הצעיר", וואו ער האט זיך אקטיוו באטייליגט, און שפעטער אויך אנגעפירט. ביים סוף פון די 1920'ער יארן האט ער זיך פארנומען מיט ציונ'יסטישע טעטיגקייט אין מאסקווע.
אין 1929 האט די נ.ק.וו.ד. אים ארעסטירט, און פון 1930 ביז 1933 איז ער געזעסן אין תפיסה - אין טשעליאבינסקע פאליטישע טורמע, און דערנאך 3 יאר אין פארשיקונג. אין 1936, נאכ'ן ווערן באפרייט, האט ער זיך באזעצט אין קיעוו.
ער האט אנטייל גענומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה אין די רייען פון די רויטע ארמיי, און באקומען מיליטערישע אויסצייכענונגען. נאך די מלחמה איז ער אריבער פון קיעוו קיין לעמבערג, און אין 1951 האט ער גראדואירט פונעם האנדל-עקאנאמישן אינסטיטוט אלס א דרויסנדיגער סטודענט.
ער האט געארבעט אלס הויפט בוכהאלטער פון אונטערנעמונגען אין דער געגנט'ס אינדוסטריע-ראט. אין 1988 האט ער ארגאניזירט אין לעמבערג די געזעלשאפט פאר אידישער קולטור אויפ'ן נאמען פון שלום עליכם, און געווארן דער ערשטער פארזיצער.
ער איז געשטארבן אין לעמבערג, וואו מ'האט אים באערדיגט אויפ'ן יאנאווסקי בית הקברות.
ליטערארישע טעטיגקייט
אלכסנדר ליזען האט געשריבן אויף אוקראיניש, רוסיש און יידיש עסייען, דערציילונגען, און ליטעראריש-קריטישע ארטיקלען. זיין ערשטע דערציילונג אויף אוקראיניש איז פובליצירט געווארן אין 1959, אויף די שפאלטן פונעם לעמבערגער זשורנאל "זשאווטען". אויף יידיש האט ער דעביוטירט אין 1970 מיט דערציילונגען אין דעם מאסקווער זשורנאל "סאוועטיש היימלאנד"; שפעטער האט ער פארעפנטליכט עסייען, סקיצן, נאוועלן, ראמאנען און פאעמעס. זיין ערשט בוך אויף אידיש איז ערשינען אין 1981. אויף אידיש האט ער זיך אויך געדרוקט אין די צייטונגען "ביראבידזשאנער שטערן" און "פאלקס-שטימע" (ווארשע).
זיינע ביכער
- Монумент, Львів, "Каменяр", 1966
- Зелені надгробники, Львів, "Каменяр", 1969
- Корінь добра, Львів, "Каменяр", 1973
- נחומקע אתרוג, מאסקווע, "סאוועטסקי פיסאטעל", 1981
- Друге сонце, Львів, "Каменяр", 1982
- אלע קאלירן פונעם רעגנבויגן, מאסקווע, "סאוועטסקי פיסאטעל", 1984
- Даймоніон або Життя та смерть Василя Дударя, Київ, "Радянський письменник", 1990
ער האט מערסטנס געשריבן וועגן דעם שיקזאל פון די איינוואוינער פון אידישע שטעטלעך אין אוקראינע, פרידנס-צייטן און אין מלחמה. די מנהגים און טראדיציעס, שטייגער, האפענונגען און זארגן פון פשוט'ע מענטשן אין די שטעטלעך - אוקראינער, אידן, רוסן און פאליאקן.
דרויסנדע לינקס
- Lizen, Aleksander (1911–2000), אין דער לעקסיקאן פון דער נייער יידישער ליטעראטור
- א שפעטער אנהייב פון א יידישן שרייבער פון מישע לעוו
- וועגן אלכסנדר ליזען אין דער "רוסישער אידישער ענציקלאפעדיע" (רוסיש)
- אין לעמבערג האט מען אפגעצייכנט דעם 100טן יובל פונעם אידישן שרייבער אלכסנדר ליזען (רוסיש)
- ליזען אלכסנדר מיכאילאוויטש אויף די ענציקלאפעדיע פון מאדערנער אוקראינע (אוקראיניש)
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער