רבי שמואל בערעזאווסקי
רבי שמואל בערעזאָווסקי (חתמ'עט זיך: ברזובסקי; געבוירן כ"ט אלול תרצ"ו[1], סעפטעמבער 16 1936) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, מחבר ספרי "דרכי נועם".
געבורט |
סעפטעמבער 16 1936 (יארגאנג: 88) כ"ט אלול תרצ"ו | ||||
---|---|---|---|---|---|
וואוין אָרט | ירושלים | ||||
טעטיגקייט אָרט | ירושלים | ||||
|
ביאגראפיע
רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רבי שלום נח, דאן ראש ישיבת בית אברהם סלאנים, און מרת חוה מרים, טאכטער פון רבי אברהם וויינבערג, דער סלאנימער רבי בעל "ברכת אברהם". אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת בית אברהם. ער האט חתונה געהאט[2] מיט רביצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב טבת תשס"ו), טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער, אן איידעם פון רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ. רבי חיים מאיר האט זייער מחשיב געווען זיין צוגעקומענעם אייניקל[3].
י"ב סיון תשמ"א, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן אלס סלונימער רבי נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי שמואל אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אויפ'ן ארט פון זיין פאטער. די שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים "דרכי נועם על הש"ס". אין יענע יארן פלעגט ער יעדן פרייטאג צונאכטס דאוונען ביים כותל המערבי, ביז ער איז געווארן רבי.
נאך זיין טאטנ'ס פטירה, אין ז' אב תש"ס, איז ער לויט זיין טאטנ'ס צוואה אויפגענומען געווארן פאר זיין ממלא מקום אלס אדמו"ר און אלס נשיא פון ישיבת בית אברהם.
ער האט עטוואס געטוישט פון זיין טאטנ'ס הנהגה בנוגע כניאקישקייט[4], ווי אויך האט ער פרובירט אריינצוברענגען דעם אידישן שפראך צווישן זיינע חסידים.
ער איז א שארפע קעגנער פון די טעכנאלאגישע כלים:
נאך פון אנהייב, נאך איידער מ'האט אנגעהויבן רעדן איבער דען אינטערנעט און אירע געפארן, האב איך געשפורט א געפיל פון פיינטשאפט כלפי דעם קאמפיוטער. מ'האט מיר דעמאלט פארגעשלאגן עס צו ניצן נאכצוקוקן און זוכן אין ספירם; ווי באקאנט טוט עס שטארק פארגרינגערן און צוהעלפן מיט זוכן און טרעפן מקורות. אבער איך האב נישט געוואלט קומען אין באריר מיט דעם מכשיר; איך וויל אוועקגיין פון דער וועלט אן דעם וואס איך זאל האבן צוגערירט אפילו איינמאל אויף די קנעפלעך פונעם קאמפיוטער.
— דרכי נעם ז' אייר תשע"ז
ער לאזט נישט אריין ברענגען אין זיין הויז א קאמפיוטער[3], און עס איז פארהאן א וועדה פון פגעי הטעכנאלאגיע אינערהאלב די חסידות.
זיינע שמועסן און ספרים
אין זיינע שמועסן טוט ער אסאך אין פסוקים פון נ"ך, ווי אויך ברענגט ער פון ספר "המספיק לעובדי השם" פון רבי אברהם בן הרמב"ם און פון זוהר. אזוי ווי די פריערדיגע רבי'ס פון סלונים טוט ער אסאך רעדן איבער קדושה און שמירת הברית און איבער שבת קודש.
זיינע תורות, שמועסן, און שיעורים ווערן כסדר געדרוקט אין די ספרים "דרכי נועם" דורך מכון דרכי נועם. ביז אהער זענען געדרוקט געווארן איבער 20 בענדער.
אין יאר תשע"ה זענען ארויסגעקומען צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט עניינים, אזוי אויך זיינע שמועסן וואס ער האט געזאגט אלס ראש ישיבה אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם".
אין יאר תשע"ט איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד פון די רייע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים, די באנד איז עוסק אין: בשערי הימים הנוראים חודש אלול, ראש השנה. אין יאר תשפ"א איז ארויס די צווייטע באנד וואס איז עוסק אין עשרת ימי תשובה, יום כיפור אין זמן שמחתנו.
אין יאר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על הש"ס", זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה אויף: יבמות, כתובות, נדרים, גיטין, קידושין, בבא קמא, בבא מציעא, אין בבא בתרא.
איינפלוס
אין די ערשטע יארן פון זיין הנהגה האט ער זיך ווייניגער אריינגעמישט אין כלל ענינים. ער האט אבער יא גע'חתמ'עט אין שטיצע פון ועדת הרבנים לענייני תקשורת און די כשר'ע סעלפאנען.
אין יאר תשס"ה אין דער צייט פונעם "תוכנית ההתנתקות", האט ער שארף ארויסגעטראטן דערקעגן, און יענעם יאר האט ער געהייסן נישט צו שטימען פאר "יהדות התורה" צוליב דער שטיצע פון די חברי הכנסת יעקב ליצמאן אין ישראל אייכלער פאר די פלענער[5].
אין יאר תשע"ג, האט ער זיך אנגעשלאסן אלס מיטגליד אין "מועצת גדולי התורה" פון דער אגודת ישראל פארטיי.
די מיידל שולע אין עמנואל
אין יאר תש"ע (2010) ביי דער פרשה פון דער מיידל שולע אין עמנואל, האט ער שטארק פארפירט מען זאל נישט אריין נעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו דער ארטיגער חרד'ישער מיידל שולע, וואו זיינע חסידימ'ס טעכטער האבן געלערנט. צוליב דעם האט מען געוואלט איינזעצן די מיידלעכ'ס עלטערן, וועלכע האבן נישט געוואלט מקיים זיין דעם בג"צ'ס אורטייל[6].
ער האט דאן געשריבן אין א בריוו: ”ווען איך זאל האלטן אז די ריכטער אין געריכט גלייבן אין וואס זיי זאגן, אז דער שולע אין עמנואל איז איינגעווארצלט אין ראסיזם, וואלט איך זיך מסתמא אנדערש געפירט, אבער וויבאלד איך האב נישט קיין שום ספק אז זיי ווייסן דעם אמת, אז אלץ וואס זיי זאגן איז באזירט אויף ליגנט, אויב אזוי איז עס גארנישט נאר א קאמף צווישן אמונה און כפירה, צווישן די כח הטומאה פון די סטרא אחרא... און אין א קאמף אויף קידוש השם אויך אויב מ'וועט אונז שטעלן פאר א גרופע שיסער, וועלן מיר נישט מוותר זיין און מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות כמלוא נימה”[7].
משפחתו
ער האט 14 קינדער:
זין
- רבי ישראל, געוועזענע רב פון קהילת סלונים אין חזון יחזקאל און היינט אין שכונת הגפן (B) אין ביתר עילית און חבר בד"צ אגודת ישראל, איידעם פון רבי אברהם שטערנבוך.
- רבי משה, ראש ישיבת בית אברהם - סלונים, איידעם פון רבי שמעון ברייש פון ציריך (זון פון רבי מרדכי יעקב, בעל "חלקת יעקב").
- רבי ברוך, ראש כולל 'אמרי נועם' פון חסידי סלונים אין ירושלים. איידעם פון רבי משולם וויינעברגער אב"ד טשאבע.
- רבי דוד, איידעם פון רבי שלמה באקערמאן ראש מוסדות טשכנוב.
- רבי יעקב שמשון, מגיד שיעור אין ישיבת "בית אברהם" - סלונים לצעירים, איידעם פון רבי צבי אלימלך קארנרייך פון אמעריקע.
- רבי מאיר, איידעם פון רבי אפרים הערשקאוויטש, מנהל רוחני אין מוסדות נדבורנה ביתר עילית, און משפיע רוחני אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
- רבי מרדכי, איידעם פון רבי נפתלי הורוויץ פון בוסטון, מנהל און משגיח רוחני אין ישיבת "בית אברהם" סלונים.
טעכטער
- שרה, ווייב פון רבי יהודה שטערנבערג, א שרייבער פון די שמועסן פון דעם פריערדיגן רבי'ן רבי שלום נח, און מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים בירושלים.
- צביה, ווייב פון רבי אורי ווייסבלום, ראש ישיבת סלונים לצעירים - 'נתיבות שלום' אין ביתר עילית.
- ברכה, ווייב פון רבי גדליה ריזל, רב הקהילה אין קריית גת און ראש רשת הכוללים פון סלונים אין חבל לכיש.
- דבורה, ווייב פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי מרדכי אויערבאך.
- שולמית, ווייב פון רבי פנחס שלאף, ראש כולל פון חסידי סלונים אין ביתר עילית.
- הדסה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק כ"ץ, מגיד שיעור אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
- רבקה, ווייב פון רבי יעקב יצחק ווילהעלם, מגיד שיעור אין "ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים" אין ירושלים.
דרויסנדע לינקס
- תמליל דבריו בפני חסידיו בביקורו בכלא מעשיהו, אויף בחדרי חרדים, 21 ביוני 2010.
- אברהם הלוי, האדמו"ר מסלונים: "הדביקו עליי אות-קלון שאני גזען", אויף כיכר השבת, 28 ביוני 2010
רעפערענצן
- ↑ מכתב ה"ברכת אברהם" וה"נתיבות שלום" - בשורה על הולדת הנכד - האדמו"ר מסלונים שליט"א, אויף קדם.
- ↑ הזמנה לחתונת האדמו"ר מסלונים שליט"א מחמיו הרב נפתלי חיים אדלר מדזיקוב נתניה, אויף בידספירט
- ↑ 3.0 3.1 יאיר וויינשטאק, "זכרונות של אהבה", בקהילה, כ"ג טבת ה'תשפ"ד, עמ' 50
- ↑ צב"ש איינפירנדיג צו גיין מיט אראפגעלאזטע געקרייזלטע פיאות אנשטאט הינטער די אויערן.
- ↑ נגד ההצבעה בבחירות, בחדרי חרדים
- ↑ אביאל מגנזי, צפו באדמו"ר נפגש עם ההורים: זה דומה לגרמניה, אויף ynet, 17.6.2010
- ↑ עם ה' חזקו ונתחזקה