דרעפט:דוד המלך
דוד אידישער מלך, גרינדער פון דער אידישער קעניגלעכער דינאַסטיע "מלכי בית דוד", טראדיציאנעלער מחבר פון די מזמורים אין תהלים; לויט דער טראַדיציע איז דוד המלך געבוירן געוואָרן אין יאָר ב' אלפים תתנ"ד (907 פאַר דער איצטיקער צייטרעכענונג) און איז געשטאָרבן אין עלטער פון 70 יאָר אין יאָר ב' אלפים תתקכ"ד (837 פאַר דער איצטיקער צייטרעכענונג); לויט טייל וויסנשאַפטלעכע כראנאָלאָגישע פאָרשונגען (פון רבי עזריה מן האדומים, מחבר פון "מאור עינים", און אַנדערע) איז די צייט פון דוד המלך נאָך פריער מיט לערך 150 יאָר; די פאַרשידענע ספורים וועגן לעבן פון דוד און ווי אזוי ער איז געוואָרן מלך און אויך די פּאַסירונגען פון זיין שפּעטערן לעבן ווערן איבערגעגעבן אין תנ"ך, אין ספר שמואל א' פון קאַפּיטל ט' ביז צום סוף ספר שמואל ב' און אויך די ערשטע 2 קאַפּיטלעך פון ספר מלכים א', ווי אויך אין טיילן פון דברי הימים א' און זיין סדר היחוס אין ספר רות.
לויט די דאָזיגע סיפּורים איז דוד געווען דער יונגסטער זון פון ישי, אַ לאַנדווירט פון בית לחם אין שבט יהודה. אין יענער צייט איז געווען קעניג איבער אַלע אידישע שבטים דער ערשטער אידישער מלך שאול, וועלכער האָט עובר געווען אויף געוויסע אָנזאָגן פון שמואל הנביא, און שמואל האָט דעריבער אין געהיים געזאַלבט דוד'ן אַלס מלך. דוד האָט אָבער דאָס נישט אויסגענוצט באלד, נאָר האָט ****** געלעגנהייט איבערצונעמען די מלוכה. עס ווערט ווייטער דערציילט, אַז ווען די פּלשתים און זייער גרויסער גיבור גלית הפּלשתי האָבן געפּייניגט די אידן און שאול האָט געלאָזט אויסרופן, אַז ווער עס וועט טויטן גלית'ן וועט באקומען שאול'ס טאָכטער פאַר אַ ווייב, האָט דוד גע'הרג'עט גלית'ן און איז געוואָרן שאול'ס איידעם און ער האָט געשפּילט פאַר שאול אויף אַ פידל. שאול האָט מיט דער צייט אָנגעהויבן צו באַמערקן, אַז דוד שטרעבט איבערצונעמען די מלוכה, און ער האָט אָנגעהויבן דוד'ן צו פאַרפאָלגן, וועלנדיג אים טויטן, דוד איז אַנטלאָפן אין די מדבריות פון לאנד, וואָס האָט געהערט צום שבט יהודה. דאָרט האָבן זיך צו אים צונויפגעקליבן אַנדערע אַנטלאָפענע מענטשן, גיבורים, וואָס זענען געווען פאַרביטערט אויפן לעבן ("כל איש מר נפש") און דוד איז געוואָרן איבער זיי דער עלטסטער ("ויהי עליהם לשר", שמואל א' כ"ג). שאול האָט געפּרואווט אים אויך דאָרט נאָכיאָגן, און דוד איז אַנטלאָפן צו די פּלשתים. דערווייל איז פאָרגעקומען די מלחמה צווישן די פּלשתים און די אידן; שאול און זיינע 3 זין זענען אומגעקומען אין דער מלחמה. דעמאָלט איז דוד געוואָרן מלך בלויז איבער שבט יהודה מיט חברון אַלס רעזידענץ-שטאָט. ערשט דערנאָך ווען שאול'ס נאָכפאָלגער, זיין זון איש בושת, איז דערמאָרדערט געוואָרן, איז דוד געוואָרן מלך איבער גאַנץ ארץ־ישראל. דוד האָט געפירט מלחמות מיט די שכנות'דיגע פעלקער, וועלכע פלעגן באַפאַלן אידן, מיט די פּלשתים, עמון, מואב, אדום, ארם און ער האָט זיי באזיגט. אין זיין צייט איז די אידישע מלוכה געווען אַמשטאַרקסטן אין דער געשיכטע, און ארץ־ישראל איז געוואָרן אויסגעברייטערט אַרייננעמענדיג אַ סך שכנות-לענדער (איז די שפּעטערדיגע קואלן האָט מען די לענדער גערופן "כיבוש דוד", די דעראָבערונגען פון דוד).
אָבער אין פאמיליע-לעבן האָט דוד געהאַט פיל פּיינליכע איבערלעבונגען. די מעשה פון זיין זון אמנון, וועלכער האָט פאַרגוואלדיגט זיין שוועסטער תמר, און די דערמאָרדונג פון אמנון דורך זיין ברודער אבשלום, דער אויפשטאַנד פון אבשלום קעגן זיין אייגענעם פאָטער דוד, און אבשלומ'ס טויט, זענען די פּערזענליכע טראגישע פּאַסירונגען אין דוד'ס לעבן, ווי דאָס ספר שמואל דערציילט זיי. דאָס ספר שמואל דערציילט אויך נישט נאָר די גוטע מעשים פון דוד נאָר אויך זיינע שלעכטע מעשים; די געשיכטע ווי ער האָט אומגעבראכט שאול'ס עטליכע פאַרבליבענע קינדער, די מעשה ווי ער האָט צוגענומען ביי זיינס אַ מיליטער-מאַן, אוריה החתי, זיין ווייב בת שבע, און ער האָט אַזוי איינגעאָרדנט, אַז אוריה זאָל אומקומען אין דער מלחמה. דאָס ספר שמואל שטרייכט אנטער אַז דוד האָט תשובה געטון אויף זיין דאָזיגן אויפפירונג און די גמרא זאָגט "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה".
וועגן די לעצטע טעג פון דוד המלך ווערט דערציילט ווי ער האָט איינגענומען דעם באַרג ציון ביי ירושלים און ער האָט געוואָלט דאָרט בויען דאָס בית המקדש, נאָר גאָט האָט אים געזאָגט, אַז ווייל ער האָט געפירט מלחמות און פאַרגאָסן בלוט קען ער נישט בויען דאָס בית המקדש; און ענדליך ווי ער האָט פאַר'ן טויט באַשטימט זיין זון שלמה אַלס מלך, הגם זיין זון אדוניהו איז געווען עלטער, און ווי ער האָט פאַר'ן טויט געבענטשט שלמה'ן, און ער האָט אים אָנגעזאָגט צו טויטן עטליכע זיינע פיינט. ווען ער איז געשטאָרבן, דערציילט דאָס ספר מלכים א' ב', "ויקבר בעיר דוד", האָט מען אים קובר געווען אין זיין שטאָט, דאָס הייסט אויפן באַרג ציון. לויט אַ שפּעטערדיקגע טראדיציע איז ער געשטאָרבן אין 2טן טאָג שבועות.
אחוץ וועגן דוד'ס טעטיגקייט אַלס מלך ווערט אויך איבערגעגעבן דורך דער טראדיציע, אַז דוד האָט מחבר געווען די מזמורים פון תהלים, אויף וועלכן עס איז פאַראַן דודס נאָמען. דוד איז דעריבער גערופן געוואָרן "נעים זמירות ישראל".
מיטן נאָמען דוד זענען פאַרבונדן געוואָרן שוין אין דער צייט פון תנ"ך האָפענונגען פון דער אויסלייזונג פון אידישן פאָלק, פון אַ משיח'ישער צוקונפט. עס איז געווען אַ טיפער גלויבן, אַז דוד איז נישט געשטאָרבן נאָר ער לעבט (דער שפּעטערדיגער אויסדרוק "דוד מלך ישראל חי וקיים") און ער וועט זיין דער מלך איבער דעם פאַראייניגטן אידישן פאָלק. ווען יחזקאל הנביא (קאפּיטל ל"ז) זאָגט די נבואה פון דער צוקונפטיגער גאולה ווי אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות בבל, גיט ער צו די ווערטער "ועבדי דוד מלך עליהם" (און מיין קנעכט דוד וועט זיין מלך איבער זיי). די אידייע, אַז די מלכות-בית-דוד, די אָפּשטאַמענדע דורות פון דוד המלך, וועלן קעניגן איבער די אידן, געפינען מיר אין אַ ריי ערטער אין תנ"ך, ווי אין ירמיהו ל"ז, "לא יכרת לדוד איש יושב על כסא ישראל" (עס וועט נישט פאַרשניטן ווערן פון דוד אַ מאַן וואָס וועט זיצן אויפן טראָן פון די אידן), און אין דעם משיח'ישן קאַפּיטל פון ישעיה י"א ווערט אויך פארבונדן די גאולה-האָפענונג מיט "ויצא חוטר מגזע ישי" (און עס ווערט אַרויסגיין אַ שפּראצונג פון דעם אָפּשטאַמונג פון ישי, דאָס הייסט דוד'ס פּאָטער). אין הושע ג' ווערט דאָס געזאָגט דייטליכער ("אחר ישיבו בני ישראל ובקשו את ה' אלהיהם ואת דוד מלכם", און דערנאָך וועלן צוריקומען די אידן און זוכן זייער גאָט און זייער מלך דוד); דאָס זעלבע אויך אין ירמיה כ"ג ("והקימותי לדוד צמח צדיק"), שפּעטער, אין דער צייט פון בית שני איז שוין געווען ביי אידן גאָר טיף איינגעפלאַנצט דער גלויבן, אַז משיח וועט זיין פון דוד'ס אָפּשטאַמונג; אין דער גמרא הייסט משיח טיילמאָל סתם "בן דוד" (סנהדרין צ"ז, "בן דוד בא" און אַנדערע ערטער). אין סוכה נ"ב און אַנדערע ערטער געפינען מיר דעם אויסדרוק "משיח בן דוד". פון די גאָר שפּעטערדיגע אגדות איז אָנצונעמען, אַז עס איז געווען אפילו דער גלויבן, אַז דוד המלך אַליין איז משיח, אַז דוד איז נישט געשטאָרבן, נאָר ער געפינט זיך אין אַ מערה, און געווענליך ווערט ער פאָרגעשטעלט אַלס אַן אַלטער מאַן מיט אַ לאַנגער באָרד און אַ קרוין אויפן קאָפּ און אַ תהלים אין דער האַנט, און ווען עס וועט קומען די צייט פון דער גאולה וועט ער אַרויסקומען און אויסלייזן די אידן (די לעגענדעס אין ספר'ל "שבחי ירושלים", די צונויפגענומענע סיפּורים אין מרדכי בן יחזקאל'ס "ספר המעשיות" און אַנדערע). מיט דוד המלכ'ס נאָמען איז אויך שפּעטער פאַרבונדן געוואָרן די סעודה מלוה מלכה פון שבת־צונאַכטס, ווען מען זאָגט אויך די מזמורים וועגן "מלך המשיח בן דוד". אין די פאָלקס-לעגענדעס ווערן דערציילט סיפּורים וועגן דער מלוה מלכה און דוד המלך, און ווי פאַרשידענע צדיקים און סתם פרומע אידן האָבן געטראָפן דוד המלך אין דער מערה אָדער אין גן עדן התחתון און מיט אים צוזאמען געגעסן מלוה מלכה.
עס ווערט געוויזן אין ירושלים אויפן בארג ציון די "קברי מלכי בית דוד", וואוהין יעדן טאָג נאָך שבועות קומען אידן זאָגן תהלים. אויך וועגן די דאָזיגע קברי מלכי בית דוד ווערן איבערגעבן פיל פאָלקס-לעגענדעס, וואָס זענען פאַרעפנטליכט געוואָרן אין "אגדות ארץ-ישראל".
אַ לאַנגע צייט זענען געווען ביי אידן פאַמיליעס, וואָס האָבן געהאַט אין זייער טראַדיציע, אַז זיי שטאַמען אָפּ פון דוד המלך; אין דער צייט פון דער צווייטער העלפט פון בית שני ביז צום סוף פון די גאונים אין בבל האָבן די ראש הגולה'ס אין בבל זיך מתייחס געווען צו דוד המלך; דאָס זעלבע האָבן אין ארץ־ישראל די נשיאים פון הלל הזקנ'ס פאַמיליע זיך מתייחס געווען צו מלכות בית דוד, ביז היינטיגער צייט זענען פאַרהאַן פאַמיליעס, וועלכע האָבן טראַדיציאנעלע סדר היחוס רשימות פון מלכות בית דוד. זיי זענען צנונויפגעזאַמלט געוואָרן אין ליפשיצ'עס "גדולת שאול".
וועגן "מגן דוד" זע מגן דוד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!