רוי:רבי שמעלקא טויבענפעלד

רב פון קהל חרדים פון סאטמאר אין מאנסי (ה'תרצ"א–ה'תשמ"ו)
ווערסיע פון 19:05, 25 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אביסל פארברייטערט, און צוגעלייגט נאך ברייטערע מקור)

 

רבי שמואל "שמעלקא" ישכר דוב טויבנפעלד (ה'תרצ"אט"ו תשרי ה'תשמ"ו) איז געווען פילע יארן דער רב פון קהל חרדים וואס האט אנגעהערט צו סאטמאר אין מאנסי.

ביאגראפיע

הרב שמעלקא איז געבוירן געווארן אין יעראסלאוו, גאליציע, צו זיין פאטער ר' משה מנחם, א בלאזשובער חסיד, און צו זיין מאמע בת-שבע פון א בעלזער משפחה. אלס קינד איז ער שוין געווארן באקאנט אלס עילוי, אויסגערופן מיט זיין זכרון און התמדה.

ביי די צווייטע וועלט-מלחמה איז ער פארוואגלט געווארן קיין סיביר, וואו זיין פאטער איז נפטר געווארן. נאך די מלחמה איז ער אנגעקומען קיין ציילסהיים, וואו ער האט געלערנט אין די דארטיגע נאווהארדאקער ישיבה. נאך א יאר איז ער אנגעקומען קיין בערגן בעלזן, וואו ער האט געוויילט צוויי יאר. און שפעטער איז ער געווען אין דער בעלזער ישיבה אין ארץ ישראל, וואו רבי אהרן רוקח און אנדערע גדולי ישראל האבן אים זייער מקרב געווען.

אין יאר תש"י איז ער געקומען קיין מאנסי, וואו ער האט געלערנט אין בית מדרש עליון אונטער דער פירערשאפט פון רבי ראובן גראזאווסקי און רבי גדליה שארר. ער איז דארט באקאנט געווארן אלס איינער פון די גרעסטע לייבן אין די ישיבה, וועלכע האט פארמאגט אסאך תלמידי חכמים.

דער סקווערער רבי, רבי יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל, האט אים געוואלט באשטימען אלס ראש הכולל פון שיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אפגעזאגט. דער סקווערער רבי האט דאן געזאגט צו זיינס א מקורב, אז ער האט אים נישט געוואלט צווינגען, ווייל ער זעט אז רבי שמעלקא איז אן אמת'ער "שונא את הרבנות". ערשט נאך לאנגע הפצרות איז ער שפעטער געווארן רב פון דער קהילת חרדים אין מאנסי, אבער דאס נאר מיט א גאנצע רייע פון תנאים, ווי למשל אז מען זאל אים נישט רופן "רב" נאר בלויז ראש החברה, אז ס'זאל זיין שלא על מנת לקבל פרס, און אז ער זאל נישט טראגן קיין אחריות פאר די חטאים פון זיין קהל.

רבי שמעלקא איז נפטר געווארן אין ערשטן טאג סוכות פון יאר תשמ"ו, כחצות היום, נאך וואס ער איז פלוצלינג געווארן אפגעשוואכט. מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות, נישט ווייט פון זיין רבי'ן רבי אהרן פון בעלזא.

נאך זיין פטירה האט די סאטמארער קהילה אין מאנסי עטליכע יאר נישט פארמאגט קיין רב, ביז ער איז געווארן ערזעצט דורך רבי חיים יהושע האלבערשטאם.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!