רוי:רבי מנשה קליין
געבורט | א' ניסן ה'תרפ"ג |
---|---|
טויט | כ"ט אלול ה'תשע"א (אלט: 88) |
הרב מנשה קליין (א' ניסן ה'תרפ"ג - כ"ט אלול ה'תשע"א) איז געווען דער אונגווארער רב, און מחבר פון שו"ת "משנה הלכות". ער איז גערעכנט לויט טייל מענטשן פון די גרעסטע גדולים און אדמורי"ם היינט.
מען זאגט אז דער בריסקער רב האט אויף אים געזאגט אז אין זיינע 40 ספרים איז ער מכוון צו שיטת הראשונים, און וועגן דעם איז רבי משה שמואל שפירא געפארן אין יענער צייט וואס דער "משנה הלכות" איז ארויס געקומען (בערך אין יאר ה'תשכ"ח) ביז נתניה פון ירושלים דריי שעה נסיעה.
ר' מנשה קליין איז אַ ניצול־השואה וועלכער שטאַמט פון אונגאַרן. נאך דער מלחמה איז ער אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן
משפחה
רבי מנשה קליין האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון רבי יחיאל גערטנער פון לענטשנע. זיי האבן געהאט איין זון. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב דוד שלמה פרענקל, מחבר פון "באר דוד". זייערע קינדער זענען:
- רבי דוד שלמה קליין ראש ישיבת אונגוואר אין רמות. אן איידעם ביי רבי יצחק מאיר האגער פון סאווראן.
- רבי עמרם קליין רב פון קהילת אונגוואר אין אמעריקע. אן איידעם ביי רבי ישראל צבי יאיר דאנצינגער, אלעקסאנדער רבי.
- רבי משה קליין, אן איידעם ביי רבי יעקב סופר (רב פון די ערלויער חסידים אין ביתר עילית).
- א טאכטער וואס האט געהייראט בזיווג ראשון הרב יהודה אריה לייב אלטער (ט' שבט ה'תש"כ - ט"ו תשרי ה'תשמ"ח), א זון פונעם פני מנחם. בזיווג שני האט זי געהייראט הרב יהושע וויינבערג (א זון פון הרב נח ב"ר מרדכי), משגיח אין דער סלאנימער ישיבה.
- א טאכטער וואס האט געהייראט רבי יעקב יצחק בידערמאן, לעלובער רבי אין בארא פארק.
- דאס ווייב פון הרב רבי הערשל האגער, רב פון ביהמ"ד "עטרת צבי" אין גאלדערס גרין, לאנדאן.
דרויסנדע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!