רוי:טביה דער מילכיגער

פון המכלול
ווערסיע פון 13:57, 17 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:ספק חשוב דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שער בלאַט פון יאָר ה'תש"ז (1947)

טביה אָדער טעוויע דער מילכיגער איז דער נאָמען פון אַ בוך, ווי אויך דער הויפּט כאַראקטער אין דעם בוך. געשאַפן פון שלום עליכם, אַרויס אויף אידיש אין יאָר ה'תרנ"ד (1894). אין יאָר ה'תרצ"ט (1939) האָט מען אַדאַפּטירט פון די דערציילונגען אויף דעם פילם טעוויע.

טביה איז אַן אָרימער איד וואָס וואוינט אין אַ דאָרף ניט ווייט פון אַנאַטעווקע, מיט זיין ווייב גאָלדע, און זיינע זיבן טעכטער (נאָר זעקס פון זיי ווערן דערמאָנט ביים נאָמען: צייטל, האָדל, חוה, שפּרינצע, ביילקע און טייבל).

די געשיכטע

דער בוך איז אויסגעשטעלט אַלס מאָנאָלאָגן, וואָס טביה דעציילט זיינע איבערלעבונגען צו דעם מחבר.

דאָס גרויסע געווינס

אין דער ערשטער מעשה, דערציילט טביה ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ מילכיגער. איינמאָל איז ער געפאָרן אַליין אין וואַלד, און ער האָט דאָרט געטראָפן צוויי בלאָנזשענדיקע אידישע פרויען. נאָכן פירן זיי אין שטאָט אַריין, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זיי באַלאַנגען צו אַ נגידישער משפחה, און אַלס לוין פאַר זיין הילף, האָט מען עם אָנגעשטאָפּט מכל טוב אַהיים צו ברענגען, געלט, געבעקס און דער עיקר - אַ מעלקנדיקע בהמה.

אַ בוידעם

טביה שטויסט זיך אָן אויף זיינעם אַ ווייטן קרוב – מנחם מענדל. יענער רעדט טביה'ן איין ער זאָל מיט עם געטרויען זיינע גאַנצע געלט ער זאָל מיט דעם קויפן אקציעס, צוזאָגנדיק דערביי אַז די געלט וועט זיך פאַרטאָפּלען עד בלי די און טביה וועט נאָך ווערן אַן עושר. טביה באַוויליקט זיך, און די גאַנצע געלט גייט לאיבוד.

זע אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!