כדרלעומר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

כְּדָרְלָעֹמֶר מלך עילם (אין תרגום השבעים: Χοδολλογομόρ "כוֹדוֹלוֹגוֹמוֹר") ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס איינער וואס האט אנטיילגענומען ביי דער מלחמה אין עמק השידים. די פיר קעניגן, אמרפל, אריוך, כדרלעמר, און תדעל האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.

געשיכטע אין דער תורה

נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג צו כדרלעומר מלך עילם, האבן די שטעט פון כיכר הירדן ווידערגעשפעניגט אין אים. כדרלעומר איז געקומען צו פארן זיי צו אונטערדריקן, באגלייט מיט דריי אליאירטע קעניגן: אמרפל מלך שנער, תדעל מלך גוים, און אריוך מלך אלסר. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די עמלקים און אמוריים.

די פינף קעניגן פון כיכר הירדן זענען אנטקעגנגעקומען די קאאליציע קיין עמק השידים אפצושלאגן די פיר קעניגן. די פיר האבן געזיגט אינעם קריג, די קעניגן פון כיכר הירדן זענען אנטלאפן, און כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן.

ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינער קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.

אויסלייג פון זיין נאמען

לויט דער גמרא[1] ווערט דער נאמען געשריבן "כדר לעומר" מיט צוויי ווערטער אבער אויף דער זעלבע שורה, אבער לויט אונזער מסורה ווערט עס געשריבן אין איין ווארט[2]. אזוי אויך אויב עס איז נוגע צו שרייבן דעם נאמען אין א גט, שרייבט מען "כדרלעומר"[3].

פירער פון דער קאאליציע

פון די פסוקים שיינט אז כדרלעומר איז געווען דער פירער אין די קאאליציע פון קעניגן, בשעת די אנדערע קעניגן זענען געווען צו זיין זייט[4], און אין פסוק ט' ווערט כדרלעומר אויסגערעכנט דער ערשטער פון אלע פיר קעניגן[5]. דעריבער האלטן טייל אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער פון צווישן די פיר[6][7].

פון דער אנדערע זייט ווערט אמרפל אויסגערעכנט דער ערשטער אנהייבן קאפיטל, און עס איז משמע אז ער איז געווען חשוב'סטער, און ווי רש"י און אנדערע זאגן טאקע[8][9]. טייל ערקלערן אז וויבאלד די קעניגן האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעומר, האט ער זיך אריינגעלייגט מער אינעם קאמפיין ווי די אנדערע[10]. טייל זאגן אז כדרלעומר איז טאקע געווען דער פירער, אבער אמרפל איז געווען דער עלטסטער[11]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[12].

זיין נאמען און אפשטאם

דער נאמען "כדרלעומר" ווערט באטראכט צו זיין "קוטיר-לאַגאַמאַר", א טיפישער עילמישער נאמען. "קודור" ערשיינט אלס דער ערשטע עלעמענט אין פילע עילמישע נעמען, און באדייט "דינער" אדער "בכור", און " לאַגאַמאַר " אדער " לאַגאַמאַל" איז אן עילמישער אפגאט. שפורן פון אן עילמישער קעניג מיט'ן נאמען "קוטיר-לאגאמאר" זענען אבער נאכנישט געפונען געווארן, און עס ווערט ערקלערט מיט דעם וואס פארצייטנס פלעגן קעניגן טראגן עטליכע צונעמען, און כדרלעומר איז ווארשיינליך אן אומבאקאנטער צונאמען פון איינער פון די באקאנטער קעניגן[13].

קיילשריפט אויפשריפטן וועלכע מ'פלעגט מיינען אז זיי אנטהאלטן דעם נאמען ווערן היינט דערשיפרירט אנדערש[14]. איין אזא ביישפיל זענען די אזוי-גערופענע "כדרלעומר טאבלעטן" אין וועלכע ט. פינטשעס האט אין יאר 1897 געפונען די נעמען "קודור-לאגאמאר", "טודכאַליאַ" (א נאמען פאראלעל צו תדעל), און "ערי-אַקו" (פאראלעל צו אריוך)[13]. סימבאלן אין קיילשריפט קענען אבער געליינט ווערן אין עטליכע וועגן, און היינט איז אנגענומען אז וואס פינטשעס האט געליינט אלס "קודור-לאגאמאר" איז באמת קוטיר-נאַכונטע, אן עילמשער קעניג וואס האט אנגעגריפן און באזיגט כאַמוראַבי'ס זון און נאכפאלגער שאַמשו-אילונאַ. ווערט דערמאנט אינעם טאבלעט אלס איינער פון דריי קעניגן וואס האבן פארשוועכט די בבלישע אפגעטער און געשטראפט געווארן דערויף[15].

פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן כדרלעומר מיט דעם אויבנדערמאנטן קוטיר-נאַכונטע[16][13] . אנדערע אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מובוכ אן עילמישער גענעראל וואס האט איינגענומען לאַרסאַ און געקרוינט אלס קעניג זיין זון וארד-סין (וואס ווערט אידענטיפיצירט מיט אריוך)[13][17].

יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, זענען געווען אשור'ישער גענערעלער[18].

אין מדרש

אין מדרש רבה שטייט אז די פיר מלכים זענען מרמז קעגן די פיר גרויסע אימפעריעס וואס וועלן אויפשטיין אויף דער וועלט, און "כדרלעומר מלך עילם, זה מָדַי"[19]. דער רמב"ן ברענגט דעם מדרש אנדערש, און לויט אים איז כדרלעומר מרמז אויף יָוָן[20].

ביבליאגראפיע

  • פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, 1993, זייטן 103-104.
  • חיים ה. פייפר, "כדרלעמר", אנציקלופדיה מקראית ד, עמוד 13

רעפערענצן

  1. חולין סה, א.
  2. זעט מנחת שי, בראשית יד א.
  3. בית שמואל, שמות אנשים, אות כ'.
  4. בראשית א, ד: שְׁתֵּים עֶשְׂרֵה שָׁנָה עָבְדוּ אֶת כְּדָרְלָעֹמֶר וגו', ד: וּבְאַרְבַּע עֶשְׂרֵה שָׁנָה בָּא כְדָרְלָעֹמֶר וְהַמְּלָכִים אֲשֶׁר אִתּוֹ וגו'
  5. בראשית א, ט: אֵת כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם וְאַמְרָפֶל מֶלֶךְ שִׁנְעָר וְאַרְיוֹךְ מֶלֶךְ אֶלָּסָר וגו'
  6. רד"ק, בראשית יד, ד.
  7. פייפר, כדרלעומר.
  8. גור אריה, בראשית יד, ה.
  9. ספורנו, בראשית יד, א.
  10. רש"י אין דפוס אלקבץ, געברענגט אין רש"י השלם – אריאל א, מכון אריאל: ירושלים, תשמ"ו, 143982.
  11. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א.
  12. העמק דבר, בראשית יד, א.
  13. 13.0 13.1 13.2 13.3 לייבל רוזניק התנ"ך מן השטח ירושלים תשע"א 77-81 613422.
  14. מוסטער:Cite Jewish Encyclopedia.
  15. תעל אנצ"מ.
  16. ארצי 1993; פייפר כדרלעמר.
  17. Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia.
  18. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
  19. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
  20. רמב"ן, בראשית יד, א.