רוי:רבי משה הורוויץ (ראזוואדאוו) (ב)

ווערסיע פון 18:40, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")

רבי משה הורוויץ זצ"ל (דער צווייטער) (ה'תר"ס - ה'תש"ב), דער ראזוואדאווער רב.

אפשטאם

רבי משה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אפרים הורוויץ, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב רבי משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ דער פלאנטשער רב.

רבנות

רבי משה'לע האט געפירט א קאמפף מיט זיין עלטערן ברודער רבי נפתלי איבער דעם רבנות פון ראזוואדאוו, נאך א דין תורה זענען ביידע געבליבן רבנים רבי נפתלי אויף א דריטל פון געהאלט, און רבי משה'לע אויף צוויי דריטל.

הסתלקות

רבי משה'לע איז אנטלאפן פון די נאציס ימ"ש ביז קיין לודמיר, דארט האבן זיי אים געכאפט און ווילינדיג אים פארברענען איז ער אליין אריין געשפרינגען אין פייער אנגעהילט אין טלית און תפילין, הי"ד.

פאמיליע

רבי משה'לע האט געהייראט מרת אלטע חיה א טאכטער פון הרב אלעזר הורוויץ רב אין גראדזיסק. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייערע קינדער:

  • רבקה, צבי הירש, הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!