רוי:רבי שלום ראובן ראזענפעלד

פון המכלול
ווערסיע פון 10:50, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שלום ראזענפעלד (ב)" ב־"[[רבי שלום ראזענפעלד (ב)")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שלום ראובן ראזענפעלד זצ"ל (ה'תרמ"ה - י"ט תשרי ה'תרע"ח), פון אשפעצין

אפשטאם

רבי שלום ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה, צו זיין פאטער הרב רבי אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, א זון פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת פראדיל א טאכטער פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

הסתלקות

רבי שלום ראובן איז נפטר געווארן יונג אין א מגיפה, י"ט תשרי ה'תרע"ח.

פאמיליע

רבי שלום ראובן האט געהייראט מרת חנה גאלדא א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער). זייערע קינדער:

  • מרת שיינדל די ווייב פון הרב נפתלי פרוינד, א זון פון הרב ישראל פרוינד רב אין באניאהד.
  • הכלה מלכה דבורה, הי"ד.
  • הבחור חיים, הי"ד.
  • מרת פראדיל (פריידא), די ווייב פון הרב יוסף דוד רובין (ה'תרנ"ח - ה'תש"ל (אומגעפער) ), סאסאווער רבי פון ניו יארק.

רעפערענצן

  • אוהב שלום
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!