רוי:רבי משולם זוסיא טווערסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 15:24, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[אלחנן היילפרין" ב־"[[רבי אלחנן היילפרין")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי משולם זוסיא טווערסקי
געבורט ר"ח אלול תרע"ז
מאזיר, רוסלענדישע אימפעריע
פטירה י"ז מרחשון תשמ"ח
בני ברק
טעטיגקייט אָרט בני ברק
דינאסטיע טשערנאביל
קינדער מנחם נחום, ישעיה, יעקב מרדכי, אברהם יהושע העשיל, חיים יצחק, שרה חנה חיה האגער, ווייב פונעם קרעטשענעווער רבי אין ירושלים
8'טער טשערנאביל'ער רבי
רבי חיים יצחק טווערסקי פון לאיעוו-טשערנאביל

רבי משולם זוסיא טווערסקי (ר"ח אלול תרע"ז - י"ז מרחשון תשמ"ח) איז געווען דער טשערנאבילער רבי.

משולם זוסיא איז געבוירן ר"ח אלול ה'תרע"ז אין מאזיר,[1][2] רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס), צו זיין פאטער רבי חיים יצחק טווערסקי, א זון פון אברהם יהושע העשיל טווערסקי, א זון פון רבי מרדכי טווערסקי פון לויעוו-טשערנאביל, א זון פון רבי נחום טווערסקי, א זון פון רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון דעם טשערנאבילער מגיד, א זון פון רבי מנחם נחום טווערסקי מחבר פון "מאור עינים" און צו זיין מוטער, א טאכטער פון רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם, דער טשחויווער רבי, דער יינגסטער זון פונעם צאנזער רב. אין יאר תרצ"ד איז ער אנטלאפן פון דער קאמוניסטישער רעגירונג אין רוסלאנד קיין ארץ ישראל. אין תרצ"ו איז ער געפארן קיין פוילן צו זיין זיידן דעם טשחויווער רבי.

פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געזדאנזשעט צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט חתונה געהאט אין תש"א מיט מרת בלומא טויבא, די טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין פון סטרעטין אין ירושלים.

אין תשי"ז האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף.[2] דער בית המדרש געפינט זיך אין ראב"ד גאס.

משפחה

רבי משולם זוסיא און זיין ווייב מרת בלומא טויבא (י' טבת תרפ"ב - כ' סיון תשע"ב) האבן געהאט פינף זין און צוויי טעכטער:

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, תורת החסידות 368
  2. 2.0 2.1 שבת בשבתו 764

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!