רוי:נאצי דייטשלאנד

פון המכלול
ווערסיע פון 18:02, 1 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דערווייל, פון נאצי שלאנג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Europe under Nazi domination.png

נאַצי דייטשלאַנד, אדער דריטע רייך, זענען די נעמען פאר דייטשלאנד אונטער דער הערשאפט פון אדאלף היטלער, פון 1933 ביז 1945. די נאציס האבן גערודפ'ט און דערמארדעט מיליאנען אידן, רוב פון אייראפעאישן אידנטום.

דעם 30סטן יאנואר 1933 איז היטלער געווארן קאנצלער פון דייטשלאנד, און ער האט גאנץ גיך עלימינירט אלע אפאזיציע צו זיין הערשאפט.

אנטיסעמיטיזם איז געווען א וויכטיגער פונקט פון דער געזעלשאפט אין נאצי דייטשלאנד. דער געסטאפא און דער עס עס אונטער היינריך הימלער האבן גערודפט אידן און זיי געהרג'עט.

אין 1938 האבן זיי צוערשט אנעקסירט עסטרייך און שפעטער גענומען סודעטן פון טשעכאסלאוואקיי. אין 1939 האבן זיי איינגענומען דאס גאנצע לאנד פון טשעכאסלאוואקיי.

נאצי שלאנג

נאצי שלאנג איז א נעגאַטיווער אויסדרוק אויף דער דייטשער נאצי באוועגונג וואס איז אזוי ווי א שלאנג וואס בייסט און ברענג אונטער די מענטשהייט.

מאנכע קאמענטירן אז עס ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם מאנומענט וואס איז אויפגעשטעלט אין נאמען און עהרע פון דעם שוועדישן דיפלאמאט ראול וואלענבערג, וואס איז אין פארעם ווי א מענטש קעמפט מיט א שלאנג, מיינענדיג צו זאגן אז ער אלס מענטש האט געקעמפט מיט די נאצישע שלאנג


P history.png דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!