רוי:פאקיסטאן
איסלאַמישע רעפובליק פון פאַקיסטאַן | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | אורדו, ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | איסלאמאבאד | ||||
רעגירונג | פעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
אסיף אלי זארדארי נאוואז שאריף | ||||
גרינדונג דאַטום |
דעם 14טן אויגוסט 1947 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
803,940 קוואַדראַט ק"מ טער36 3.1 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
201,995,540 6טער 244.4 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.060 טריליאן (25סט) | ||||
וואַלוטע | פאקיסטאנישע רופי PKR | ||||
צייט זאָנע | UTC+5 | ||||
אינטערנעט דאָמען | pk. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 92+ |
פּאַקיסטאַן (אורדו: پاکِستان; פארמאל: איסלאמישע רעפובליק פון פאקיסטאן) איז א לאנד אין דרום אזיע מיט מער פון 220 מיליאן איינוואוינערס. עס איז דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט פון דער באפעלקערונגס פונקט. צו דרום האט פאקיסטאן א בארטן לאנג 1,046 ק"מ אויפן אראבישן ים און דעם איינגאס פון אמאן; עס גרעניצט איראן און אפגאניסטאן צו מערב, אינדיע צו דרום און כינע צו צפון־מזרח.
פאקיסטאן באדעקט א שטח פון סה"כ 880,940 ק"מ2 (איינשליסנדיק די טעריטאריעס אזאד קאשמיר און גילגיט באלטיסטאן). אזוי איז פאקיסטאן דאס 34סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. פאקיסטאן האט די זיבעטע גרעסטע מיליטער אין דער וועלט.
די הויפטשטאט פון פאקיסטאן איז איסלאמאבאד, און די גרעסטע שטאט איז די פארט־שטאט קאראטשי, די געוועזענע הויפטשטאט פון לאנד. דער פריערדיגער פרעזידענט איז געווען פערוועז מושאראף. דער היינטיגער פרעזידענט איז אסיף אלי זארדארי.
ביז 1971 האט פאקיסטאן געהאט צוויי טיילן, מזרח פאקיסטאן און מערב פאקיסטאן, אבער אין 1971 האט זיך מזרח פאקיסטאן אפגעשיידט און דערקלערט זיין אומאפהענגיגקייט, און געווארן דאס לאנד באנגלאדעש.
אין 1973 האט פאקיסטאן איינגעפירט א נייע קאנסטיטוצע וואס האט אויפגעשטעלט א פעדעראלע רעגירונג באזירט אין איסלאמאבאד וואס באשטייט פון פיר פראווינצן און פיר פעדעראלע טעריאטאריעס. לויט דער נייער קאנסטיטוציע דארפן אלע געזעצן שטימען מיט איסלאם אזוי ווי עס שטייט אין קאראן.
שפראַכן פון פאַקיסטאַן
אין פאקיסטאן רעדט מען אסאך שפראכן. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש און די נאציאנאלע שפראך איז אורדו. צווישן די נישט-אפיציעלע שפראכן זענען פונזשאבי מיט 60 מיליאן רעדערס,[1] פאשטא, סינדהי, סארייקי, און באלאכי; געבילדעטע מענטשן רעדן ענגליש.[2]
היסטאריע
די מענטשן וואס האבן געוואוינט אין אוראלט פאקיסטאן זענען געווען א טייל פון דער אינדוס טאל ציוויליזאציע.
ביז 1946 איז פאקיסטאן געווען א טייל פון דער אינדישער אימפעריע אונטער בריטישער הערשאפט. אין 1946 איז פאקיסטאן געווארן אומאפהענגיג. פון 1946 ביז 1971 האט פאקיסטאן באשטאנען פון צווי באזונדערע טיילן. איז 1971 איז דער מזרח טייל פון פאקיסטאן געווארן א באזונדער לאנד, באנגלאדעש.
נאך דער סאוועטישער אינוואזיע פון אפגאניסטאן אין 1979 האט פאקיסטאן געהאלפן די פארטיזאנער קעגן די סאוועטן. דערנאך אין די 1990ער יארן האט פאקיסטאן געשטיצט די טאליבאן רעגירונג אין אפגאניסטאן.
אין 2007 האט מען דערהרגעט די געוועזענע פרעמיער מיניסטארקע, בענאזיר בהוטא.
פאקיסטאן איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט.
פאקיסטאנ'ס קערן-פראגראם
אנטוויקלען א קערן-פראגראם האט אנגעהויבן אין פאקיסטאן אין די 1970ער יארן, אין די שפורן פון אן ענליכער אנטוויקלונג פראגראם דורך דעם שכן-לאנד אינדיע, אין ליכט פון דער לאנגיעריגער קעגנערשאפט צווישן די צוויי לענדער, וואס האט איינגעשלאסן דריי מלחמות. אין מאי 1998 האט פאקיסטאן געהאלטן זיין ערשטן אויסגעשפראכענעם אויספרואוו פון א קערן־אויפרייס. פאקיסטאן האט זיך נישט איינגעשלאסן אין דעם אינטערנאציאנאלן אפמאך צו פארמיידן די פארשפרייטונג פון קערן־וואפן (NPT). אויסער דעם וואס פאקיסטאן אנטוויקלט נוקלעארע וואפן באשעפטיגט זיך פאקיסטאן אויך מיט אנטוויקלען די אפשיק-מיטלען, ווי למשל באליסטישע מיסלען וואס קענען טראגן נוקלעארישע אויפרייס־שפיצן.
געאגראפיע, סביבה און קלימאט
די געאגראפיע און קלימאט פון פאקיסטאן זענען שטארק פארשיידנדיק, און דאס לאנד איז די היים פון כלערליי ווילד-באשעפענישן. פאקיסטאן באדעקט א שטח פון 881,913 ק"מ2, בערך גלייך צו די שטחים פון פראנקרייך און דאס פאראייניגטע קעניגרייך צוזאמען. עס איז דאס 33סטן גרעסטע לאנד לויט שטח. פאקיסטאן האט א בארטנליניע לאנג 1,046 ק"מ לענגאויס דעם אראבישן ים און דעם איינגאס פון אמאן אין דרום, און לאנד גרעניצן פון 6,774 ק"מ אינגאנצן: 2,430 ק"מ מיט אפגהאניסטאן, 523 ק"מ מיט כינע, 2,912 ק"מ מיט אינדיע און 909 ק"מ מיט איראן. עס טיילט א ים־גרעניץ מיט אמאן, און איז צעטיילט פון טאדזשיקיסטאן מיטן קאלטן שמאלן וואקהאן קארידאר. פאקיסטאן אקופירט א וויכטיגע לאקאציע געאפאליטיש ביים שיידוועג פון דרום אזיע, דעם מיטל מזרח און צענטראל אזיע.
פאקיסטאן ווערט צעטיילט אין דריי הויפט געגגראפישע געגנטן: די צפון הויכלענדער, דער אינדוס פלוין און דער באלאכיסטאן פלאטא.
די קלימאט אין פאקיסטאן איז קאלט אין ווינטער און ווארעם אין זומער. די טעמפעראטורן ענדערן זיך א סך צווישן די פארשידענע ראיאנען אין לאנד. אין דרום לעבן דעם ים איז די וועטער גוט ווארעם אבער די הימאלייע בערג אין צפון זענען באדעקט מיט שניי א גאנץ יאר. נידריגער אין די בערג איז זייער פרוכפער ווייל זיי באקומען א שיינעם אפזעץ, ווי אבער גרויסע טיילן אין מערב פון לאנד זענען טרוקענער מדבר.
רעגירונג און פאליטיק
פאקיסטאן איז א דעמאקראטישע פארלאמענטארישע פעדעראלע רעפובליק, מיט איסלאם ווי די שטאַט רעליגיע. די ערשטע קאנסטיטוציע איז געווארן אדאפטירט אין 1956. אין 1958 האט איוב קהאן זי אפגעהאלטן, און האט זי געביטן מיט דער צווייטער קאנסטיטוציע אין 1962. די היינטיגע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט צום ערשטן מאל אין 1973.
פרעמיער מיניסטארן:
אויסלענדישע פארהעלטענישן
פאקיסטאן איז די צווייטע מערסט באפעלקערטע איסלאמישע מדינה אין דער וועלט (אינדאנעזיע איז די גרעסטע) און די איינציגע מיט קערנקראפט אין דער מוסולמענישער וועלט.
אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען
פאקיסטאן איז א פעדעראציע פון פיר פראווינצן (פונדזשאב, כייבער פאכטונכווא, סינדה און באלאכיסטאן) און פיר טעריטאריעס (טריבאלע שטחים, איסלאמאבאד הויפטשטאט טעריטאריע, גילגיט-באלטיסטאן און אזאד קאשמיר.
מיליטער
די מיליטערישע קראפטן פון פאקיסטאן זענען די אכט גרעסטע אין דער וועלט, מיט אומגעפער 617,000 זעלנער און 513,000 רעזערוויסטן (געשאצט אין 2010). מען האט געגרינדעט די מיליטער נאך אומאפהענגיגקייט אין 1947, און די מיליטער האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף נאציאנאלע פאליטיק זייט דעמאלסט.
עקאנאמיע
פאקיסטאן האט א האלב־אינדוסטריאליזירטע עקאנאמיע. די עיקר וואוקס פונקנטן פון דער עקאנאמיע זענען לענגאויס דעם טייך אינדוס. אין 1947 איז פאקיסטאן געווען גאר אן ארים לאנד אבער זייט דעמאלסט האט די עקאנאמיע געוואקסן גיכער ווי דער וועלט דורכשניט. אין די 1990ער יארן האט די עקאנאמיע אויפגעהערט וואקסן צוליב נישט אויסגעהאלטענעם פאליטיק.
ווי אין 2016 האט פאקיסטאן א געשאצטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון US$271 ביליאן; דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט לויטן קויפן קראפט איז US$946,667 מיליאן. 21.04% פון די איינוואוינער לעבן אונטער דער אינטערנאציאנאלער ארימקייט ליניע פון US$1.25 א טאג. לאנדווירשטאפט איז 20.9% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט.
פאקיסטאן איז איינע פון די גרעסטע פראדוצירער אין דער וועלט פון נאטירלעכע סחורות.
דעמאגראפיע
פאקיסטאן איז די זעקסט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט מיט א באפעלקערונג בערך 199,085,847 (199.1 מיליאן) ווי אין 2015,[523] וואס איז גלייך צו 2.57% פון דער וועלט באפעלקערונג. בערך 35% פון מענטשן זענען אלט אונטער 15 יאר. דער ערווארטערטער לעבנס־געדויער, ריכטיק פאר 2011, איז 64 יאר פאר מענער און 68 יאר פאר פרויען.
אומגעפער 95% פון פאקיסטאנער זענען מוסולמענער. מערסטנס סוניס, מיט א שיא מינדערהייט פון עטליכע 10% צו 20% פון דער באפעלקערונג, און אויך 2% אכמאדיער. עס וואוינען אין לאנד א באגרעניצטע צאל פון פארשידענע מינדערהייטן, מערסטנב הינדוער (1.6%), קריסטן (1.6%) און ווייניק סיקהן און בודהיסטן.
אידנטום אין פאקיסטאן
אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט זענען געווען אין קאראטשי בערך 2,500 אידן, און נאך צענדליגער אידן אין דער שטאט פעשאוואר. כמעט אלע פון זיי האבן עמיגרירט קיין ישראל נאך ווען די מדינה פון מדינת ישראל איז געווארן אויפגעשטעלט. ס'איז געבליבן א קליינע קהילה אידן אין קאראטשי.
שפראכן
מען רעדט אין פאקיסטאן מער ווי 60 שפראכן. די אפיציעלע שפראכן פונעם לאנד איז א אורדו. אין דער רעגירונג ווערט ענגליש געניצט, ווי אויך אין די גרויסע געשעפטן און צווישן די אינטעליגענציע. אלע אוניווערזיטעטן אין לאנד לערנען ענגליש. אורדו ווערט גערעדט דורך די עמך מענטשן. אחוץ די שפראכן רעדן אויך כמעט אלע פאקיסטאנער אן אנדער שפראך, ווי למשל פאשטו און פונדזשאבי.
רעפערענצן
- ↑ Ethnologue Western Punjabi
- ↑ In Pakistan, a Big Push to Teach English; Local Versions Flourish VOA News. URL דערגרייכט דעם 18טן מאי 2008.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
לענדער ארום דעם אראבישן ים | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!