רוי:יאסיר אראפאט

פון המכלול
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ياسر عرفات
יאסיר אראפאט
Yasser-arafat-1999-2.jpg
געדינט
20סטן יאנואר, 1986 – 11טן נאוועמבער, 2004
ערשטער פארזיצער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט
פארפאלגערקיינער
נאכפאלגערמאכמוד אבאס
געבוירן 24טן אויגוסט, 1929
קאירא
געשטארבן11טן נאוועמבער, 2004
פאריז
פאליטישע פארטייפת"ח
מאן/ווייבסוהא אראפאט


מוכאמעד אבדעל ראוף אראפאט אל-קודווא אל-הוסעיני (24סטן אויגוסט 1929 - 11טן נאוועמבער 2004), באקאנט אלס יאסיר אראפאט, איז געווען דער פארזיצער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט און לאנג-יעריגער הויפט פון דער פע-על-א (פאלעסטינער ליבעראציע ארגאניזאציע).

יוגנט

יאסיר אראפאט איז געבוירן אין 1929 אין קאירא, עגיפטן. זיין פאטער איז געווען א טעקסטייל הענדלער פון עגיפטן און זיין מאמע איז געווען פון אלט שטאט ירושלים. עס איז נישט קלאר אויב אראפאט איז טאקע געבוירן אין קאריא און טייל האלטן אז ער איז געבוירן אין ירושלים. זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען 5 יאר און ער איז אריבער וואוינען צו זיין פעטער קיין ירושלים וועלכע איז דאן געווען די הויפטשטאט פון פאלעסטיין און איז געווען אונטער בריטישע הערשאפט וועלכע די פאלעסטינער האבן פרובירט קעגנשטעלן. אראפאט דערציילט נישט קיין סאך פון זיין יוגנט אבער ער דערמאנט אלץ אן אינצידענט וועלכע איז אים אריין אין זכרון ווען איינמאל אינמיטן די נאכט האט די בריטישע ארמיי איינגעבראכן אין זיין פעטער'ס הויז און געשלאגן די פאמיליע מיטגלידער און האבן געשעדיגט זייערע מעבל.

נאך 4 יאר אין זיין פעטער'ס הויז האט אים זיין טאטע צוריקגענומען קיין קאריא וואו ער האט אים געשיקט צו זיין עלטערע שוועסטער צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער. אראפאט האט קיינמאל נישט דערמאנט זיין פאטער וועלכע איז נישט געווען נאנט צו זיינע קינדער. ווען זיין פאטער איז געשטארבן אין 959' האט אראפאט זיך נישט געוואלט באטייליגן אין זיין באגרעבעניש צערעמאניע.

אראפאט האט זיך באלד באשעפטיגט מיט שמוגלן וואפן צו די פאלעסטינער קעמפער וועלכע האבן דאס גענוצט קעגן די בריטישע סאלדאטן און די אידן. ווען די באפרייאונג'ס מלחמה האט אויסגעבראכן אין 948' האט אראפאט איבערגעלאזט זיין שולע און איז געגאנגן קעמפן קעגן די ציוניסטישע מיליטער אין עזה. ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א שטארקע דורכפאל פאר די פאלעסטינער און די גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה האט אראפאט דאס נישט געקענט אויסהאלטן און האט אפעלירט פאר א וויזע קיין אמעריקע וואו ער איז געפארן שטודירן אין די אויניווערסיטי אוו טעקסאס ווא ער האט צוריקבאקומען זיין האפענונג און חלומות פאר א פאלעסטינער שטאאט. נאך עטליכע יאר האט ער זיך צוריקגעקערט קיין קאריא און איז באלד געווארן א פירער פאר פאלעסטינער סטודענטן און ווייטער שטודירט ענדזשינירונג.

אראפאט האט גראדואירט פון קאלעדזש אין 956' און האט געפינען א דזשאב אין עגיפטן אבער ער האט זיך קורץ דערנאך אריבערגעצויגן קיין קואוועיט וואו ער האט געארבעט פאר די רעגירונג. א צייט שפעטער האט ער געעפענט א קאנטראקטינג פירמע אין וועלכע ער האט שטארק מצליח געווען אבער ער האט קיינמאל נישט אראפגענומען זיין קאפ פון די קאנפליקט אין פאלעסטיין און אין זיין פרייע צייט האט ער געטאן אקטיוויטעטן פאר די פאלעסטינער טעראריסטן און גענוצט זיין גאנצע געלט דערפאר.

פע-על-א און די אסלא אפמאך

אין 1958 האט ער אין זיינע פריינט געגרינדעט די אל פאטא גרופע וועלכע איז באשטאנען פון א רייע באהאלטענע צעלן וועלכע האבן געשאפן וואפן און אויפרייס שטאף און דאס אריינגעשמוגלט קיין מדינת ישראל וואו טעראריסטן האבן זיי גענוצט צו אטאקירן די סאלדאטן. די גרופע האט ארויסגעגעבן א דזשורנאל וועלכע האט זיי געברענגט אסאך שטיצע און ווען אראפאט האט געשפירט אז ער איז גרייט האט ער זיך אוועקגעצויגן פון קואוועיט און געווארן א פולשטענדיגער רעוואלוציאנער אין ירדן.

אין יענע יארן איז אל-פאטא געווען די איינציגסטע גרויסע ארגאניזאציע וועלכע האט אנגעפירט א קאמף קעגן מדינת ישראל'ס אקופאציע אפענערהייט. עס זענען געווען נאך א רייע קלענערע ארגאניזאציעס וועלכע האבן זיך נישט געוואלט אנשליסן אין אל-פאטא ווייל זיי האבן געהאלטן אז די ארגאניזאציע איז נישט גענוג סטאביל און גייט נישט אויף די ריכטיגע וועג.

אין 964' האבן די אנדערע ארגאניזאציעס געגרינדעט די פאלעסטינער ליבערעישן ארגאניזאציע וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די פי-על-או. די ארגאניזאציע איז אויסגעהאלטן געווארן דורך די אראבישע ליג און זיי האבן זיך פרובירט צו דערווייטערן פון אל-פאטא. די ארגינעלע פי-על-או האט אבער נישט אנגעהאלטן צו לאנג ווען אין 967' האבן די מדינת ישראל כוחות זיי צוקלאפט אין די זעקס טאגיקע מלחמה און פאטא איז ווייטער געבליבן די איינציגסטע גרויסע ארגאניזאציע. עטליכע יאר דערויף האט פאטא איבערגענומען די פי-על-או און האט זיך גערופן מיט זייער נאמען ווייל עס איז געווען מער אנגענומען אין די וועלט. אראפאט איז דאן געווארן טשעירמאן פון די נייע פי-על-או וועלכע האט געטוישט איר סטראטעגיע און געווארן א הויפט נאציאנאליסטישע ארגאניזאציע מיט אירע הויפטקווארטירן אין ירדן וואו אגרויסע צאל פאלעסטינער האבן דאן געוואוינט.

ירדן איז אבער נישט געווען די ריכטיגע פלאץ פאר די פי-על-או און ירדן'ס קעניג כוסעין האט געמאלדן אז ער טאלערירט נישט די ארגאניזאציע און האט באפוילן זיי זאלן גיין. די פי-על-או האט געפיפן אויף כוסעין און האט זיך געגרינדעט אן אייגענע ארמיי צו באשיצן איר עקזיסטענץ. כוסעין האט גענוצט מיליטערישע כוחות און האט צעקלאפט די פי-על-או און אראפאט האט געמאכט פליטה זייענדיג פארשטעלט אלס א פרוי. די פאלעסטינער האבן פארלוירן 10,000 קעמפער אין יענעם קאנפליקט לויט רעגירונג אפשאצונגן.

די אראבישע ליג האט דאן אנארקענט אראפאט אלס דער הויפט פירער פון די פאלעסטינער און קורץ דערנאך האט די יו-ען געלאדענט אראפאט צו געבן א רעדע צו די גענעראלע אסעמבלי. אראפאט איז געווען אנגעטאן אין א מיליטערי'ן מונדיר און א רעוואלווער האט געהאנגן פון זיינע לענדן ווען ער האט געווארענט אז אויב מדינת ישראל וועט איר נישט לאזן גרינדן א פאלעסטינער שטאאט וועט נאכפאלגן טויטליכע אטאקעס אויף מדינת ישראל בירגער.

אראפאט'ס צוזאג איז אויסגעפירט געווארן אויף א גרויסן פארנעם און עס האט זיך אנגעהויבן א רייע טעראריסטישע אטאקעס, אריינגערעכנט צענדליגער היידזשעקינג'ס און באמבע אטאקעס וועלכע האט געפלאגט די בירגער אין מדינת ישראל.

אראפאט האט אריבערגעצויגן זיין ארגאניזאציע קיין לבנון פון וואו ער האט ווייטער אנגעפירט מיט אטאקעס קעגן מדינת ישראל. אין 982' האט מדינת ישראל אינוואדירט לבנון צו שטערן און צעקלאפן די פי-על-או. אראפאט האט ווייטער געמוזט אנטלויפן און האט פאר א לאנגע צייט נישט געקענט טרעפן א געהעריג ארט ווי אויפצושטעלן זיינע הויפטקווארטירן. די פי-על-או איז דאן געבליבן נע ונד ביז זיי האבן זיך באזעצט אין טוניס, טוניזיע. אראפאט איז דעמאלט דורך א שווערע תקופה אבער מיט זיין מזל האט ער אלעס דורכגעלעבט. ער איז עטליכע מאל געראטעוועט געווארן פון א מדינת ישראל אנגריף וועמענ'ס אגענטן האבן שווער געארבעט אים אומצוברענגן, ער האט איבערגעלעבט א פליגער קראך, און האט זיך ערהוילט פון א ערנסטע סטראוק.

אראפאט איז דאן אריין אין די באהעלטעניש און יעדע באוועגונג וואס ער האט געטאן איז געבליבן באהאלטן אפילו זיין פערזענליכע לעבן. ער האט אין יענע יארן געהייראט סוא דאאד טאוויל, א 27 יעריגע פאלעסטינער פרוי (אראפאט איז געווען בערך 61) און האט עס געהאלטן בשתיקה פאר 15 מאנאטן. זיין פרוי האט זיך אפגעגעבן מיט העלפן דיסעיבלד פאלעסטינער קינדער צו פארשענערן די פנים פון די פי-על-או און אראפאט. אראפאט האט געבוירן א טאכטער וועלכע ער האט נאמינירט נאך זיין מאמע. זיין פרוי האט איבערראשט די וועלט ווען זי האט זיך צום ערטשן מאל באוויזן איר פנים אין די פובליק ביי די אסלאו אפמאך אין וועלכע זי האט שווער געארבעט צו ברענגן א סוקסעס.

נאך די זעקס טאגיקע מלחמה האט זיך געגרינדעט די אינטיפאדא גרופע וועלכע האט אנגעהויבן אויספירן טעראריסטישע אטאקעס אויפ'ן גרעסטן פארנעם און האט פארמיאו'סט די פאליטישע אויסזען פון די פאלעסטינער. די פי-על-או האט שטארק געליטן דערפון און דאס איז געווען א שוואכע צייט פאר אראפאט ווען ער האט זיך מיטאיינמאל געטראפן הילפלאז נאך שווערע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט צו ציען די פאליטישע אויפמערקזאמקייט צו זיין ארגאניזאציע. אראפאט איז אבער א געריבענער פאליטישן און האט פארארבעט מעשים צוריק אויפצובויען זיין רעפוטאציע און עס איז אים גוט געלונגן אין 988' ווען ער האט געגעבן א רעדע אין א ספעציעלע יו-ען סעסיע אין דזשעניבע, שווייץ, אין וועלכע ער האט באמבאסטיש דערקלערט אז די פי-על-או זאגט זיך אפ פון טעראריזם און וועט אנהייבן ארבעטן אויף א שלום פלאן פאר אלע מיטל מזרח לענדער, אריינגערעכנט פאלעסטיין און מדינת ישראל.

אראפאט'ס רעדע האט אויפגעשיינט א נייע האפענונג פאר שלום און טראץ וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט אז אראפאט טראגט מיט זיך א בלוטיגע היסטאריע האט מען אבער געגלייבט אז די פי-על-או וויל דאסמאל טאקע שלום. די פי-על-או האט טאקע אנגעהויבן ארבעטן אויף א פאליטישן אויפ'ן און די וועלט האט מיטגעהאלטן און געווארט צו זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן. אינדערצווישן איז אונטערגעקומען די גאלף קריג און די פי-על-או האט אביסל פארשמוצט איר רעפוטאציע מיט'ן דעקלערן שטיצע פאר איראק אלס דאנק פאר סאדאם כוסעין וועלכער איז שטענדיג געשטאנען בייהיליפיג צו אראפאט. די אראבישע אויל לענדער זענען אלע געווען קעגן די קואוועיט אינוואזיע און האבן אויפגעהערט שיקן פינאנציעלע הילף צו אראפאט אלס קעגנערשאפט צו זיין שטעלונג.

נאך די קריג איז אלץ צוריק נארמאל און אראפאט האט געטראגן די קאנפליקט צו די היסטארישע אסלאו אפמאך אין וועלכע אראפאט איז זיך צום ערשטן מאל צוזאמענגעקומען מיט פרעמיער מיניסטער יצחק ראבין אין די אנוועזנהייט פון פרעזידענט קלינטאן וועלכער האט קאארדינירט די היסטארישע צוזאמענקום. א יאר דערויף האט יצחק ראבין גערייכט די האנט מיט אראפאט ביי א מיטינג אינעם ווייסן הויז, א שריט וועלכע האט געהאלפן אראפאט באקומען דעם פאליטישן אויסזען צו די וועלט. א יאר נאך די מיטינג זענען אראפאט, ראבין, און דער מדינת ישראל אויסערן מיניסטער, שמעון פערעס, באלוינט געווארן די נאבעלע שלום פרייז פאר זייער ארבעט.

אינעם אפמאך האט מדינת ישראל צוגעשטימט צו טרענירן פאלעסטינער פאליציי און איינשטעלן ארדענונג אין זייערע שטחים דורך גרינדן די פאלעסטינער אויטאריטעט און מאכן וואלן פאר א פירער. די וואלן זענען פארגעקומען אין 96' און אראפאט איז ערוועלט געווארן דער פירער פון די פאלעסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט. די פאלעסטינער רעגירונג איז נישט געגרינדעט געווארן אזוי דעמאקראטיש קעגן אנדערע אראבישע לענדער אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן די שלום פראצעס פארשריט.

די גאנצע ארבעט האט אבער געקראכט ווען מדינת ישראל האט ערוועלט דעם רעכטן בנימין נתניהו וועלכער האט צוריקגעוויזן די שלום פראצעס וועלכע ראבין און פערעס האבן פארגעשלאגן. געוואלדטאטן האבן ווידער אויסגעבראכן ווען די טעראירסטישע גרופעס האבן באנייט זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל בירגער. אראפאט'ס חלום איז אינגאנצן צעפאלן ווייל ער איז געבליבן אין א דילעמע ווען זיינע אייגענע מענטשן זענען געווארן ברוגז אויף אים און די וועלט האט אים באשולדיגט פאר'ן נישט אפהאלטן די אטאקעס פון כאמאס און די איסלאמישע דזשיהאד וועלכע האבן נאכאנאנד אטאקירט מדינת ישראל און אנגעזייט טעראר און שרעק אין אלע ווינקלן פון לאנד. אראפאט'ס בענקל איז געווארן געסטראשעט און די פאלעסטינער האבן געהאלטן אז עס איז שוין צייט פאר אים צו גיין. אראפאט האט זיך אבער אן עצה געגעבן און נאמינירט א נייע פרעזידענט וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט די פארהאנדלונגן אין פובליק ווען ער האט ווייטער געפירט דאס רעדל אונטער די סצענע.

קראנקהייט און טויט

אין סעפטעמבער, 2000 האט אויסגעבראכן ווידער שלעגערייען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער אראבער, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן דער צווייטער אינטיפאדא. מדינת ישראל האט באשולדיגט אראפאט אין אונטערצינדן די פאלעסטינער באפעלקערונג און אויף אליין האבן א האנט אין די ווילדקייטן. אויך איז ער געווען באשולדיגט מיט נישט טון גענוג צוריקצוהאלטן זעלבסטמארד אטאקעס דורך חאמאס, איסלאמישע דזיהאד, און אל-אקצא טעראר ארגאניזאציעס.

אלס שטראף האט מסינת ישראל באשלאסן אים צו האלטן הויז ארעסט און ער איז פארבאטן געווארן צו פארלאזן זיין קאמפלעקס. זייענדיג ארומגענומען מיט טאנקן 24 שטונדן א טאג האט אראפאט טאקע נישט געקענט ארויסטרעטן פון זיין צעבראכענע היים אבער האט ווייטער אנגעפירט זיין פירערשאפט ווען ער האט אנטייל גענומען אין יעדע זיצונג פון די פאלעסטינער אויטאריטעט. מדינת ישראל האט עטליכע מאל געהאט באשלאסן אז אראפאט מוז אומקומען אבער עקספערטן האבן געזאגט אז עס לוינט זיך נישט די פאליטישע שטורעם וואס אזא אטאקע וועט ברענגן נאר מען זאל ליבערשט ווארטן ביז ער וועט אויסגיין וועלכע זיי האבן פאראויס געזאגט אויף א קורצע צייט. עס האט טאקע פאסירט אין אקטאבער 2004. אראפאט האט אנגעהויבן ליידן פארשידענע פראבלעמען און איז אוועקגעפאלן אינמיטן א זיצונג און איז דערקלערט געווארן אין א קריטישן צושטאנד.

אראפאט'ס דאקטוירים האבן באלד געמאלדן אז מען וועט מוזן ארויספירן אראפאט פון זיין קאמפלעקס פאר מעדיצינישע באהאנדלונג און מדינת ישראל האט באלד צוגעשטימט דערצו. אראפאט האט ערשט געזאגט אז ער אנטזאגט די מדינת ישראל פארשלאג אבער ווען זיין מצב האט זיך פארערגערט איז ער ארויסגעפירט געווארן פון ראמאלא מיט א פאלעסטינער פאליציי העליקאפטער אין די באגלייטונג פון זיין פרוי וועלכע איז געקומען צו פליען פון פאריז צום ערשטן מאל אין 4 יאר.

זיין העליקאפטער האט אים געפירט קיין אמאן, ירדן, וואו א פראנצויזיש מיליטערישער פליגער האט אים געטראגן צו א מיליטערישע באזע נעבן פאריז. פון די באזע איז אראפאט געפירט געווארן מיט א העליקאפטער ביז'ן שפיטאל וואו ער איז אונטערגעגאנגן עמוירדזשענסי מעדיקל באהאנדלונג פאר א קראנקהייט וועלכע רופט זיך איידיאפעטיק טראמבאסייטאפעניק פופורא.

אראפאט האט אויסגעקליבן פאריז ווייל דאס איז די וואוין ארט פון זיין פרוי און ער האט געוואוסט אז די פראנצויזישע רעגירונג וועט אים גרינג אריינלאזן. דער באשלוס איז געמאכט געווארן דורך דער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער זעלבסט וועלכער האט געזאגט אין א סטעיטמענט פון רוים אז אלס א נאטורליכע לאנד וועלכע אקצעפטירט פליטים איז נישט פאראן קיין סיבה פארוואס פראנקרייך זאל אים נישט אריינלאזן פאר מעדיצינישע באהאנדלונג.

אראפאט איז געשטארבן און נאוועמבער דעם עלפטן 2004. דער סיבה פון זיין טויט איז קיינמאל נישט קלאר באשטעטיגט געווארן, און דאס האט געפירט צו פארשידענע מיינונגען, אריינגערעכנט אזעלכע ווי מדינת ישראל האט אים פארגיפטעט, אדער אז ער האט געליטן פון די עידס מחלה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!