רוי:גא

פון המכלול
ווערסיע פון 12:54, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

א גא שפיל

גא (יאפאניש: 囲碁 איגא, (כינעזיש: 圍棋 וועיקי, (קארעאיש: 바둑 באַדוק), טייטש: ארומרינגלען שפיל) איז אן אוראלטער טאוול שפיל פאר צוויי שפילער וואס שטאמט פון כינע מער ווי צוויי טויזנט יאר צוריק. די כללים פונעם שפיל זענען גאנץ איינפאך, אבער דער שפיל איז רייך אין סטראטעגיע.

צוויי שפילער שפילן איינס נאכאנאנד שטעלנדיק שווארצע און ווייסע "שטיינער" אויף די ליידיקע ראגן (די "פונקטן") אין א נעץ פון 19 x ‏19 ליניעס אויסגעמאלט אויף א טאוול. דער ציל איז ארומצונעמען מיט זיינע שטיינער א גרעסרן טייל פונעם טאוול ווי זיין קעגנער. מען באוועגט נישט קיין שטיין וואס ליגט שוין אויפן טאוול, סיידן ווען ער איז ארומגענומען מיט דעם קעגנערס שטיינער ווען מען נעמט די ארומגענומענע שטיינער אראפ פונעם טאוול.

היינט שפילן גא מער ווי 40 מיליאן מענטשן ארום דער וועלט.

Stub general.png דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!