רוי:פריסטיק
|
פריסטיק (פויליש: Frysztak) איז א דארף אין סטריזשעווער גראפנשאפט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, פוילן, 17 ק"מ צפון־מערב פון קראסנא. פריסטיק געפינט זיך נישט ווייט פונעם וויסלאק, א בייטייך פונעם סאן, אין דעם היסטארישן ראיאן קליינפוילן. צווישן די יארן 1772–1918 איז ער געווען א טייל פון מערב גאליציע.
היסטאריע
פריסטיק ווערט דערמאנט אין יאר 1259 ווי א שטאָט מיט מאגדעבורג רעכטן. אין 1474 האט די אונגארישע ארמיי פון קעניג מאטיאס קארווינוס פארטיליגט די שטאט.
רבי מענדעלע רימאנאווער (תק"ה - תקע"ה), איינע פון די גרויסע פירער פון חסידות אין גאליציע, האט געוואוינט לאנגע יארן אין פריסטיק.
נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1932, האט מען אוועקגענומען פון פריסטיק דעם סטאטוס פון א שטאט, ווייל די באפעלקערונג האט זיך פארמינערט.[1] צוויי מאל (אין 1952 און 1975) האבן די איינוואוינער פרובירט צוריקבאקומען שטאָט-סטאטוס אָן דערפאלג.
אידן אין פריסטיק
אין יאר 1880 האבן געוואוינט אין פריסטיק 820 אידן, און אין 1921, 1,010 אידן.[2] ווען די צווייטע וועלט-מלחמה איז די באפעלקערונג פון פריסטיק געווען דריי פערטל אידן, מיט 1,322 מענטשן. [2] דער הויפט מסחר אין פריסטיק אין יענער צייט איז געווען מלאכות און פארמעריי.[3] די דייטשן האבן איינגענומען דעם יישוב אום 8טן סעפטעמבער 1939, ווען דייטשע זעלנער האבן בארויבט יידישע הייזער און קראמען און האבן ארויפגעלייגט אויף די אידן צוואנג־ארבעט. א וואך נאכהער, ראש השנה, האבן די דייטשע זעלנער פארברענט תשמישי קדושה און דערמארדעט אידן וואס האבן געדאווענט אין שול.[4]
גאַלעריע
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
- ↑ וויליאם לייבנער. "History of Frysztak". JewishGen ShtetLinks. Retrieved 28סטן יוני 2011.
Source: The Polish Genealogical Society of Texas, as adapted from Slownik Geograficzny published around 1900 and translated by Michael Kurtin
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ 2.0 2.1 "פריסטיק", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ Sliwa, Joanna (2012). Encyclopedia of Camps and Ghettos, 1933-1945. Bloomington: Indiana University Press. p. 505. ISBN 0253353289.
- ↑ וויליאם לייבנער, היסטאריע פון פריסטיק
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!