רוי:רבי לוי יצחק גרינוואלד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב לוי יצחק גרינוואלד (ה'תרנ"ג - כ"ז ניסן ה'תש"מ) איז געווען באקאנט אלץ דער צעהלימער רב, פון די פראמינענסטע רבנים נאכ'ן קריג, וואס איז געווען דער ערשטער בעל מכשיר אין אמעריקא נאכן צווייטן וועלטס קריג.

ער האט געפירט זיין רבנות אלץ אב"ד דקהילת צעהלים אין וויליאמסבורג, און האט ספעציעל אויפגעשטעלט אין זיין קהילה א תלמוד תורה פאר היימישע יונגלעך, און איז געווען פון די הויפט איבערפרישער פונעם ארטאדאקסישער געמיינדע אין ברוקלין און ארום.

רבי לוי יצחק איז געבוירן צו זיין פאטער הרב רבי משה גרינוואלד זצוק"ל - דער בעל ערוגת הבושם, און צו זיין מוטער הרבנית זיסל ע"ה - א טאכטער פון ר' אברהם געשטעטנער, אינעם געגענד פון גיאָר-מאָשאָן-שאָפּראָן, אונגארן. און איז געווען א ברודער פונעם בעל ויגד יעקב.

זיין רעביצין איז געווען א טאכטער פון הרב שלמה ברוך סג"ל פראגער, אב"ד פעטראוואסעלא.

כאטש ער איז נישט געווען קיין רבי נאר א רב פון א קהילה, איז ער פאררעכענט געווארן אלץ א איש קדוש מאוד, און זייער א באהאלטענער כאראקטער. אבער אין עסקנות איז ער געווען זייער אקטיוו, און ער האט אוועקגעשטעלט דאס ריכטיגע כשרות אפאראט ביים היימישער ציבור, סיי אויף געטראנקען און און עסן, און סיי אנדערע יודישקייט אנגעלעגענהייטן.


דער צעלימער רב זצוק"ל איז נסתלק געווארן אום זונטאג פרשת טהרה, און זיין ממלא מקום איז געווארן זיין רעביצינס זוהן - רבי יוסף משה שליט"א - א זון פון ר' חיים יעקב ברעזניץ וואס איז אומגעקומען ביים קריג.

דער צעלימער דומ"ץ איז הרב אהרן זילבערשטיין.