רוי:דאנאלד טראמפ
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דאנאלד טראמפ
דאנאלד דזשאן טראמפ (ענגליש: Donald John Trump; געבוירן יוני 14 1946) איז דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
איידער ער איז אריין אין פאליטיק, איז ער אנערקענט געווארן אלס ביזנעסמאן, א קאנסטראקציע אונטערנעמער און א געוועזענער פראדוצירער און באלעבאס פון אן אמעריקאנער רעאליטעט שוי. געדינט אלס פּרעזידענט צווישן די יארן 2017–2021.
טראמפ איז דער אייגנטימער פון דער קארפאראציע "די טראמפ ארגאניזאציע", און דער גרינדער פון דער פירמע "טראמפ פארוויילונג רעסאָרטס", וועלכע איז פארנומען מיט די בוי ארבעט, אפעראציעס פון געביידעס, קאַסינאָס, קולטור-אינסטיטוציעס און האָטעלן איבער דער וועלט. זיין פארשווענדענישע לעבנס שטייגער, האט אים געמאכט בארומט אין די לעצטע יאר צענערס פון די 20 יאָרהונדערט. אנהייב 21סטן יארהונדערט איז ער אויך געווען א בארימטע טעלעוויזיע פערזענליכקייט א דאנק א פאפולערע פראגראם וואס ער האט פארגעשטעלט מיטן נאמען "The Apprentice", וואס איז געלאפן אין די 2004–2015. אין די 2016 פרעזידענט וואלן איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט און האט באזיגט זיין דעמאקראטישע קעגנער, הילערי קלינטאן.
גלייך ביים אריינגיין אין אמט, האט טראמפ זיך געאיילט אונטערצושרייבן א סעריע פון פרעזידענטליכע באפעלן, אריינגערעכנט דעם פארארדענונג וואס האט פארבאטן אימיגראציע פון בירגערס פון עטליכע מוסלעמענער לענדער וואס האט א מוסלעמענער מערהייט, ווייל ער האט זיי אנגערופן "טעראר-פריינדליכע" לענדער. אנדערע אָרדערס נעמען אראפ רעגולאציעס פון ביזנעסער און ענוויירומענטואלע שוץ, און גלייכצייטיג פאראויסגשטופט מאַסיווע שטייער שניט. אין אויסערן פאליסי האט ער פאראויסגשטופט א פאליסי וואס ער האט קאראקטיריזירט אלס "אמעריקע ערשט": ער האט זיך צוריקגעצויגן פון פארהאנדלונגען אין די טראנס-פּאַסיפיק שותפות און די פאריזער אפמאך וועגן קלימאט טוישונגען, ארויפגעלייגט אימפארט טאריפס וואס האט ארויסגערופן א האנדל קריג מיט כינע, און צוריקגעצויגן אמעריקאנער כוחות פון די ציווילע מלחמה אין סיריע. זיין שטעלונג צו מדינת ישראל איז געווען גאָר פאזיטיוו, אריינגערעכנט ווען ער האט אנערקענט ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט און מדינת ישראל'ס בעלות אויף די גולן בערג, פאראויגעשטיפט די עברעהעם שלום אפמאך מיטן ציל נארמאליזירן די באציאונגען צווישן מדינת ישראל און עטליכע אראבישע לענדער, און גענומען א שטארקע ליניע קעגן איראן. צווישן אנדערע ווען ער האט זיך צוריקגעצויגן פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן און ווען ער האט באפוילן די עלימינירן א צאל עליטע מיטגלידער פון איראן'ס רעוועלוציענערישע גווארדיע.
טראמפּ איז געלאפן פאַר אַ צווייטער טערמין אין די פרעזעדענטליכע וואלן אין 2020, אבער האט פאלוירן צו זיין קעגנער דער דעמאקראטישע קאנדידאט דזשאו ביידען. מיט ביידענס נצחון, האט טראמפ זיך צוגעשטעלט צו 10 פרעזידענטן וועלכע זענען נישט ערוויילט געווארן צו א צווייטן טערמין – דער לעצטער פון זיי איז געווען דזשארדזש הערבערט וואקער בוש, אויך פון דער רעפובליקאנער פארטיי.
נאוועמבער 16, 2022, האט טראַמפּ מודיע אַז ער וואָלט לויפן אין די פרעזעדענטליכע וואלן פון די פאַרייניגטע שטאַטן אין 2024.
טראמפ איז געווען דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט צו ארעסטירט ווערן, און ער איז דער ערשטער פרעזידענט וואס ווערט אנגקלאגט סיי אין סטעיט געריכט פאר'ן פעלשן ביזנעס דאקומענטן, סיי אין פעדעראלן געריכט פארן פארהאלטן קלאַסיפיצירטע דאקומענטן.
דער אנהייב פון זיין לעבן און משפּחה
טראַמפּ איז געבוירן אין ניו יארק אין אַ משפּחה פון דייטשע סקאטישע אפּשטאם, אַ מיטגליד פון דער אמעריקאנער פּרעסביטעריאַן קירכע. זיין זיידע, פרידריך טראַמפּ, איז געבוירן אין קאלשטאדט אין די קעניגרייך פון באוואריא (שפּעטער צוזאמגעשמאלצן מיט די דייטש אימפעריע), האט אימיגרירט צו די פאַרייניגטע שטאַטן אין 1885, און האט אמעריקאניזירט זיין ערשטער נאמען צו פרעדריק ווען ער באקומען אמעריקאנער בירגערשאַפט אין 1892 . אין די צייט פון די גאלד געלויף אין 1897, האט פרעדריק געבויט דריי רעסטוראנען מיט אַ האטעל אויף די וועג פון די גאלד מינעס וואָס איז געווען אין קלאנדיקע אין קאנאדע, אזוי האט ער געמאכט זיין ערשטער פארמעגן. דערנאך האָט ער זיך צוריקגעקערט צו זײן היימשטאט אין 1902, דארט האט ער חתונה געהאט מיט זיין פרוי, עליזאבעטה. זיי האבן זיך אריבערגצויגן קיין ניו יארק סיטי אום אויגוסט פון דעם יאר. צוליב זיין פרוי'ס בענקשאפט צו איר היימלאנד, האָט די משפּחה זיך אומגעקערט צו זייער געבורטסארט. ווען זיי זענען אנקגעקומען, האבן די דייטשע אויטאריטעטן באשלאסן אז פרעדריק האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן כדי זיך ארויסצודרייען פון באצאלן שטייערן און מיליטער דינסט אין דער דייטשער ארמיי, און אז ער האט פארלעצט א געזעץ וואס פארבאט אימיגראציע קיין צפון אמעריקע. אין דער רעזולטאט איז זײן דײטשע בירגערשאפט אפגערופן געװארן. ערהאט פרובירט צו אפּעלירן דעם באשלוס אן ערפאלג, און אין 1905 האט ער אן קיין ברירה זיך געדארפט צוריקערן צו די פאַרייניגטע שטאטן.
דאנאלדס פאטער, פרעד טראמפּ, איז געבוירן 11 אקטאבער 1905 אין קווינס. ווען ער איז געווען 15 יאר אלט, איז ער געגאנגען אין די פיסטריט פון זיינע עלטערן און איז אריין אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, און צוזאמען מיט זיין מוטער געגרינדעט די ארגאניזאציע "עליזאבעט טראמפ ענד סאן", ווען פרעד איז געווען 22 יאר אלט איז די ארגאניזאציע געווארן א פירמע. אין די 1920ער יארן, האט ער געבויט דירות אין קווינס, וועלכע זענען פארקויפט געווארן מיט א ביליגערע פרייז פון די מארקעט פרייז אין יענער צייט, אין די צווייטע וועלט קריג האט פרעד געבויט באראקן פאר די מיליטער, און נאך דער מלחמה האט ער פארברייטערט זיינע אפעראציעס און ער האט געבויט הייזער פאר די פאמיליעס פון מלחמה וועטעראן. אין די פריע 1930 ער יארן, האט פרעד באגעגנט מערי מאקלעאד, וואס האט אימיגרירט מיט איר סקאטיש משפּחה פון די בריטישע טערעטאריע. ער האט חתונה געהאט מיט איר אין יאנואר 1936 אין א צערעמאניע וואס איז געפייערט געווארן אין אַ פּרעסביטעריאנישע קירכע.
די פּארל האָט געוואוינט אין די דזשאמעיקא, וואָס איז אין די בארא קווינס, ניו יארק. דעם 5טן אפריל 1937 האבן זיי געבוירן זייער ערשטע טאכטער, מאריאנא טראמפ, און דרענאך זייער זון פרעדריק דזשוניער (1938–1981), עליזאבעט (געבוירן 1942), דאנאלד (געבוירן 1946), און ראבערט (1948–2020). דער עלטסטער ברודער, פרעד טראמפ דזשוניער, איז אַרײן אין די פאמיליע ביזנעס, און האט זיך פארפלאנטערט מיט זייער טאַטן און איז ער געגאנגען זיך לערנען צו ווערן אַן פּילאָט פאר ליפטליניעס,ער איז געשטאָרבן פון האַרץ פראבלעמען נאכן זיין צוגעבינדן צום ביטערן טראפ אין 1981 אין עלטער פון 43;; דאנאלד טראמפּ צו זיין ברודערס גורל דער פאקט אז ער פארמיידט זיך פון אַלקאָהאָל און רייכערן. טראמפ'ס יונגערע ברודער, ראבערט, איז אויך אריין אין די פאמיליע ביזנעס און איז געווארן א מענעדזשער. ראבערט טראמפ איז געשטאָרבן אין אויגוסט 2020.די טראַמפּ שוועסטער האט נישט אנגעיאגט צו אַריינגיין אין די פאמיליע פירמע אביים לעבן פון איר פאטער, וואס איז געשטארבן אין 1999. מאריאַנא טראמפּ האט געדינט אלס אַ ריכטער אין די פעדעראלע אפעליר געריכט און די קאָלאָמביע דיסטריקט, דעקנדיג דעלעווער, ניו דזשערזי און פּעננסילוואַניאַ; א שטעלע צו וועלכער פרעזידענט ביל קלינטאן האט איר אפוינטעד. עליזאַבעט טראַמפּ האט געארבעט אלס אַן אדמיניסטראטיווע געהילף אין א באַנק .
דער אָנהייב פון זיין לעבן און שאפן
דאנאלד טראמפּ איז געבוירן געווארן יוני 14, 1946 צו פרעד און מערי טראמפּ אין קווינס. אלס קינד האט זיך דער טאטע אפט מיטגעטיילט מיט אים אין זיינע ביזנעס באשלוסן און אים אפילו געלאזט העלפן די ארבעטער ביי די בוי ארבעט פון די געביידעס. אין זיין יוגנט ער געוואלט אויסוואקסן אַ פאכמאנישער בעיסבאל שפּילער. ביי די 13 יאָר צוליב פּראבלעמען מיט דיסציפלין וואס ער האט געהאט, האָט זײן טאטע באַשלאסן אים צו איינשריבן אין דער מיליטערישע אקאדעמיע אין ניו יארק, וואו ער האט שטודירט 5 יאָר. ער איז דאָרטן אויפגענימען געוואָרן אלס א קאפּיטאן פון אַ קליינע גרופע סאלדאטן און אלס טרעינינג אפיציר פון אַ באטאליאן, און האָט מארשירט אין שפיץ פון אַ מיליטערישער פּאראדע אין מאַנהעטן צו קאַמעמארעיט קאָלומבוס דעם 12טן אקטאבער 1963 . בעת ער איז געווען אין קאלעדזש איז ער געווען פארמישט אין די פראיעקטן פון זיין פאטער'ס ריעל עסטעיט פירמע, ער איז געווען געשטעלט מיט'ן ווידער עפענען א אפארטמענט קאמפלעקס אין סינסינאטי, אהייא, וואָס זיין פאטער האט געקויפט אין 1962. אין 1972 האט טראַמפּ פארקויפט דעם קאָמפּלעקס פאַר 6.75 מיליאָן דאלער.
אין אויגוסט 1964 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אין דער פארדהעם אוניווערסיטעט אין ניו יאָרק. אין זיין דריטער יאָר איז ער געגאנגען לערנען עקאָנאָמיקס אין די וואַרטאָן שולע אין די אוניווערסיטעט פון פענסיוועילניע, שטודיעס פון וואס ער האט גראדואירט אין 1968. אין 1966 ווען ער האט נאך געהאלטן אנדערמיט פון זיינע שטודיעס האט ער באקומען אַ איינלאדענונג צו זיל אנשליסן אין די אמעריקאנער ארמיי אין ראם פון א דרעפט ווי מען האט זיך געדארפט רעקרוטירן בשעת די וויעטנאם מלחמה, אבער ער האט באקומען א פטור צוליב זיינע שטודיעס און מעדצינישע סיבות, אין יולי 1968האט אַ לאקאלע רעקרוטינג בארד אים קאראקטיריזירט אלס פּאסיג צו מיליטערישע דינסט. אין אקטאבער 1968, ער איז געווארן קאראקטיריזירט 1-Y: מעדיצינישע קאנדישען אפזאג, און אין 1972, ער איז געווען רעקאראקטיריזירט ווי 4-F ביינער פראבלעמען אין זיין פוס, וואָס האט אים דיסקוואַליפיצירט פון מיליטערישער דינסט פאר אייביג.
פּריוואט לעבן און משפּחה
טראמפ האט חתונה געהאט צום דריטן מאל, מיט מעלאניא קנאוס טראמפ, אן אמעריקאנער סלאוואקיש, געבוירן אין יוגאסלאוויע. זיין צווייטע פרוי איז געווען מארלא מעיפּלעס, און זיין ערשטער פרוי איז געווען איוואנע זעלעניקאוואַ. טראמפּ איז געווארן געבילדעט ווימען געבט א קינד דאס עסן אין מויל (אלס קינד האט איז ער געשיקט געוואן צו א זונטאג שולע דורך זיין עלטערן) . און די זיבעציגער האט זיין משפּחה זיך אריבער צו די רעפאָרמירטע מאַרבל קהילה פון מאַנהעטן (איינער פון די ערשטע פּראטעסטאַנטישע קאמיוניטיס וואס געגרינדעט געווארן אין צפון אַמעריקע, געגרינדעט אין 1628.) נארמאן ווינסענט פּעאלע איז געווען דער גלך פון די טראמפּ פאמיליע ביז זיין טויט אין 1993 און טראמפ באציט זיך צו אים ווי זיין מורה דרך. אין 2020 האָט ער געמאלדן אז ער אידענטיפיצירט זיך מער נישט מיט דער קירכע, און האלט זיך פאר א פשוטער קריסט. טראמפ איז דער פאטער פון פינף קינדער. ער האט געהאט דריי קינדער פון זיין ערשטער חתונה מיט איוואנא.
זיין טאכטער איוואנקא טראמפּ האָט זיך מגייר געווען צו אידישקייט איידערן חתונה האבן מיט דזשעראד קושנער. זי האָט איבערגענימען איר טאטן אין דער געשעפטן בשעת די פרעזעדענטליכע וואלן אין 2016. איוואנקע האָט אויך געהאָלפן פירן דעם קאמפיין און האט געגעבן רעדעס אין שטיצע דערפון אין עטלעכע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן.
זיין זון דאנאלד טראַמפּ דזשוניער, האט חתונה געהאט מיט וואניסא היידאן און זיי האבן זיך געשיידט אין 2018.
זיין זון עריק, סערווירט ווי געהילף פאַרוואַלטער אין זיין פירמע.
זיין טאכטער טיפאַני, פֿון זיין צווייטע פרוי, מארלא. האט חתונה געהאט אין נאוועמבער 2022 מיט ביליאנער מיכאל באלוס.
זיין זון באראן וויליאם, געבוירן אין 2006, פון זיין פרוי מעלאניא.
זיין פארמעגן
טראמפ איז ווי עס קוקט אויס דער ערשטער פרעזידענט ביליאנער פון די פאראייניגטע שטאטן, און בפרט דער רייכסטער. די פּינקטלעע ווערד זיינע איז אומבאַקאַנט און שנוי במחלוקת. אין 2005, איז ארויגעקומען טימאטי ברייען'ס בוך "טראמפ נעישאן: דע ארט אף ביאינג א דאנאלד". אינעם בוך שטייט אז די ווערד פון טראמפ'ס פארמעגן באשטייט צווישן 150 און 250 מיליאן דאלאר, און אז ער איז א "מיליאנער" און נישט קיין "ביליאנער", ווי טראמפ שרייט. אין רעאקציע האט טראמפ אריינגעגעבן א אנקלאגע פון בארעדן קעגן דעם מחבר. דעם 17טן יולי 2009 האט דער סופרים קאורט פון ניו דזשערזי ארויסגעווארפן די קלאגע, און געאורטיילט אז ברייען האט נישט באשמוצט טראמפ ווען ער האט געטענהט אז זיין ווערד איז פיל נידריגער ווי טראמפ האט געשריגן. דער געריכט האט נישט דיסקוטירט די פראגע פון די ריכטיגע ווערד פון טראמפ'ס פארמעגן.
אין אקטאבער 2016, האָט דער פארבס זשורנאל געשאצט טראמפ'ס עשירות און פארמעגן ביי 3.7 ביליאן דאלאר, אין פארגלייך צו די 800 מיליאן דאלאר פון דעם פארגאנגענעם יאָר. טראמפ אליין האט געשאצט אין יוני 2015 אז זיין פארמעגן איז געשאצט געווארן אויף 8.7 ביליאן דאלאר. טראמפ האט קיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעגעבן זיינע שטייער רעקארדס, דערפאר איז אוממעגליך צו וויסן מיט זיכערקייט וויפיל איז זיין נעט ווערט אין אפריל 2020 האט דער זשורנאל געשאצט זיין נעט ווערט ביי $2.1 ביליאן דאלער בשעת די 2016 פּרעזעדענטליכע וואלן קאמפיין, האט די ניו יארק טיימס אויפגעדעקט טייל פון טראַמפּ'ס שטייער ריטערנס פון 1995 פון וואָס עס ארויסגעקומען אַז ער פאלוירן 916 מיליאָן דאלער יענער יאָר. דאָס האָט אים ערמעגליכט צו רעכענען די פארלוסטן אין די פאלגענדע יארן און אויסמיידן צאלן שטייערן. ביי איינע פון די פרעזידענטליכע דעבאטעס האט טראמפ געזאגט אז ער האט נישט באצאלט שטייערן ווייל ער איז קלוג. דעם 28טן סעפטעמבער 2020 האט דער ניו יארק טיימס פארעפנטלעכט אז טראמפ איז אין חובות פון 421 מיליאן דאלאר, ווייל אין 2016–2017 האט ער באצאלט 750 דאלאר אין שטייערן, און ווייל אין 10 פון די לעצטע 15 יאר האט ער בכלל נישט באַצאָלט קיין איינקונפט שטייער.
קאריערע
ביזנעס קאַריערע
נאך זיינע שטודיעס איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין פאטער'ס ריעל עסטעיט פירמע וועלכע האט זיך באצויגן אויף צו פארדינגען פאר די מיטל קלאס פארדינער אין ברוקלין, קווינס און סטעטען איילענד, אין 1971 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטן. יענע יאר איז ער געווארן די פירמעס טשערמאן און ער האט געטוישט די נאמען צו "טראמפ ארגאניזאציע". ער האָט אנגעהויבן ארבעטן אויף גרעסערע פראיעקטן, ניצן אַ רעאובעני אינטעריער דיזיין. ער האט פארדינט פובליק אויפמערקזאמקייט צום ערשטן מאל ווען ער איז אין 1973 באשולדיגט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן פון יוסטיץ דעפארטמענט מיט פארלעצן פונעם פעיר האוזינג געזעץ, פארן אפערירן און פירן 39 געביידעס. טראמפ האט געלייקנט די באשולדיגונג, טענהנדיג אז עס שטאמט פון די אומפארגינערישקייט פון דער וואוקס פון דער פירמע, . אין 1975, זענען די זייטן צוגעקומען צו אן אפמאך אויף די פראבלעם.
צווישן די פראיעקטן אין וועלכע ער איז געווען פארמישט זענען טראמפ טאוער און טראמפּ וואורלד טאַוער אין ניו יארק, די טראמפּ געביידע אין ניו יארק וואס ער האָט געקויפט און רענאווירט, טראמפּ פּארק עוועניו וואָס ער איבערגעמאכט צו א רעזידענטשעל געביידע, די טראמפּ פּלאזא האטעל און קאסינא, די טאַזש מאהאל האטעל און קאסינא און די טראמפּ קאסטלע האטעל און קאסינא אין אטלאנטיק סיטי, די פּלאזאַהאטעל אין ניו יארק יארק וואס ער געקויפט אין 1988 און פארקויפט אין 1995, די טראמפּ האטעל אין לאס וועגאס, די מאראלאגא רעזארט אין פאלם ביטש ווי אויך רעזארט ערטער און גאלף פעלדער אין דער וועלט. זעקס מאל בשעת זיין קאריערע, האבו פירמעס אונטער זיין פירערשאפט באנקרוטירט און געגאנגען צו ליקווידאציע פראצעס.
אנדערע אונטערנעמונגען פון טראמפ זענען געווען "טראמפ אוניווערסיטעט", אין וועלכע סעמינארן זענען איבערגעגעבן געווארן אויף ריעל עסטעיט, עס איז געווען א צאל אנקלאגעס קעגן דעם אונטערנעמונג און קעגן טראמפ אליין, ווי אויך א אנקלאגע פונעם ניו יארק עדיוקעישן דעפארטמענט. אויף אומלעגאלע באנוץ פונעם נאמען "אוניווערסיטעט" און אויסנארן קאסטומערס, די קלאגעס האבן זיך געענדיגט ווען ער איז ארייגעוועלט געווארן צום פרעזידענטשאפט אין א דיעל אין וועלכע טראמפ האט מסכים געווען צו צאלן 25 מיליאן דאלאר פאר די סטודענטן און פאר די סטעיט ניו יארק. אין 1995 האט ער געגרינדעט די טראמפ אויל קארפאראציע, וועלכע האט זיך אין א קורצער צייט אריבערגעצויגן צו זיך פארנעמען מיט אויסהאקן שטיינער אין מאדאגאסאר.
פּאָליטיש שטעלעס
אויסערן פאליסי פארן ווערן אריינגעוועלט פאר פרעזידענט
פאר ער איז געווארן פרעזידענט, האט טראמפ עטליכע מאל געטענהט, אז אמעריקע זאל זיך ארייטון הויפטזעכליך אויף אירע אינערליכע פראבלעמען און נישט זיין דער "פאליציי פון דער וועלט". דערצו האט טראמפ געזאגט אז אמעריקע זאל זיך נישט אריינמישן אין דעם וואס עס פאסירט אין איראק, אבער אויב זיי זענען שוין דארט געווען, זאלן זיי נישט אוועקגיין אן אוועקשטעלן א ערנסטע רעגירונ גאופן פלאץ. ביי זיין פרעזידענט קאמפיין האט טראמפ געזאגט אז ער ערווארט פון לענדער וואס באקומען פינאנציעלע הילף פון אמעריקע זאלן צוריקגעבן דאס געלט, און ווען מען האט געפרעגט איבער מדינת ישראל האט ער געענטפערט: "אפילו מדינת ישראל". שפּעטער האָט ער צוריקגעצויגן איבער וואס ער האט גזאגט אויף מדינת ישראל. די וואס האבן זיך די מערסט געזארגט פון דער סטעיטמענט זענען געווען דרום קארעא, וועלכע ווערט געשטיצט עקאנאמיש און מיליטעריש דורך די אמעריקע צוליב איר שונא פון צפון, און די לענדער פונעם פערסישן גאלף, וועלכע זענען אליאירטע מיט די פאראייניגטע שטאטן. אין זיין קאמפיין האט טראמפ אויך געזאגט אז ער גלייבט אין קאפעראציע מיט רוסלאנד און איר פרעזידענט וולאדמיר פוטין. נאך די סטעיטמענט האבן זיינע קעגנער אים באשולדיגט אז ער איז פריינד מיט פוטין און אז רוסלאנד מאכט פרובירט אים צו העלפן געווינען די פרעזידענטליכע וואלן. סיי רוסלאנד און סיי טראמפ האבן געלייקנט די טענות. טראמפ האט אויך אויסגעדריקט א פארלאנג צו פארשטארקן די פאליסי קעגן כינע, זאגנדיג אז ער זעט כינע אלס א גרויסע סכנה פאר די פארייניקגע שטאטן. אויסער דעם האט טראמפ אויסגעדריקט קעגנערשאפט צו דעם איראנער נוקלעארע אפמאך און זיין מיטלויפער מייק פענס האט אפילו געטענהט אז טראמפ וועט עס צעריסן אויב ער וועט ערוועלט ווערן צום פרעזידענטשאפט. אין דער מדינת ישראל פראגע, האט טראמפ אויסגעדריקט זיין שטיצע פאר מדענת ישראל, ווען ער האט צוגעזאגט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, וואס ער האט אנגערופן "די אייביגע הויפטשטאט פונעם אידישן פאלק". טראַמפּ האט נישט עפנטליך אויסגעדריקט אָפּאָזיציע צו די בוי ארבעט אין די פארנימענע געביטן אָדער אויסגעדריקט שטיצע פאַר די געדאַנק פון מאכן צוויי לענדער איינס פאר די פאלעסטינע אראבער, נאר פארקערט, ער איז געווען שטאָלץ אַז די זאכן זענען אראפגעגאנגען פון די רעפובליקאנער פּלאַטפאָרמע פאַר די וואלן, אָבער פון די אנדערע זייט האט זי געהערט פון זיינע ווערטער אז ער וועט צוגיין צום פאלעסטינער קאנפליקט אין מדינת ישראל נייטראל. למעשה האט ער צוריקגעצויגן נאכדעם וואס קלינטאן האט אים קריטיקירט און געזאגט אז ער וועט שטיצן מדינת ישראל אן קיין גרעניצן.
אינערן פאליסיס און עקאנאמיע
טראמפ איז קעגן אומלעגאלע אימיגראציע קיין אמעריקע, ספעציעל אימיגראציע פון דער מעקסיקאנער גרעניץ און פון מוסולמענישע אימיגראנטן און פליטים פון אראבישע לענדער, ווי פליטים פון דער סירישער בירגער קריג. און כדי צו פארמיידן מען זאל קענען איינדרינגען האט ער זיך אונטערגענומען צו בויען א וואנט ביים גרעניץ מיט מעקסיקא, וואס ער האט געשריגאז מעקסיקע וועט באצאלן פאר בוי קאסטן (די אזוי גערופענע "טראמפ וואנט"). אין צוגאב, האט טראמפ צוגעזאגט צו אנולירן מעדיצינישע אינשורענס וואס דער פריעדיגער פרעזידענט אבאמא האט אויפגעשטעלט (באקאנט אלס אבאמא-קער), , און עס ערזעצן מיט אן אנדער מעדיצינישע אינשורענס פראגראם. ער שטיצט פארגרעסערן די בודזשעט פון די מיליטער פון די פאַרייניגטע שטאַטן, און פארגרעסערן הילף צו וועטעראנען. טראמפ שטיצט א פאליסי פון אומאפהענגיגע באנוץ פון ענערגיע קוואלן, און איז קעגן אמעריקאנער אנגעוויזנקייט פון די ענערגיע צו אנדערע לענדער, מיטן ציל צו שאפן נייע דזשאבס פאר די אמעריקאנער פאלק. ער האט צוגעזאגט דורכצופירן ברייטע שטייער שניט פאר אלע שיכטן פון דער באפעלקערונג, צוזאמען מיט ברייטע אינוועסטמענטס אין אינפראסטראקטור.
טראַמפּ איז קעגן די ערלויבן פון שוואכע דראגס, מיט א אויסנאם פון מעדיצינישע קאנאביס, בשעת זיין אַדמיניסטראַציע האט גענומען אַן אנטי קאנאביס שטעלונג און אנולירט די אבאמא תקופה פּאָליסי וואס האט צוגעשטעלט שוץ פאַר שטאטן וואס ערלויבן עס. ער שטיצט טויט שטראף און זיכער פּייניגונג מיטלען.
זײן שטעלונג צו מדינת ישראל און אידישקייט
אין 1979, איז טראמפ געווען איינער פון די ביישטייערער פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאר דעם פראיעקט צו שאפן די אינפראסטרוקטור פאר די חבל שלום ישובים, וועלכע זענען געגרינדעט געווארן נאך דעם שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן. אין 1983 איז טראַמפּ באלוינט געווארן מיט דעם "פרס עץ החיים" פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאַר זיין אויסערגעווענליכע ביישטייערונג צו די באציאונגען צווישן אַמעריקע און מדינת ישראל. אין יאנואר 2013 האט טראמפ פארעפנטליכט א ווידעיא צו שטיצן דעם פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, בנימין נתניהו, אין די צייט פון זיין קאמפיין פאר די וואלן פון די כנסת, אין וועלכע טראמפ האט געזאגט "א שטארקער פרעמיער מיניסטער איז א שטארקע איזראעל". אין 2015 איז טראמפּ באלוינט געווארן מיט דער "פרייהייט באלוינונג" ביי דער גאלא צערעמאניע פון דער אַמעריקאַנער אידישער צייטונג "אַלגעמיינער זשורנאל", אלס אנערקענונג פון טראמפ'ס ביישטייערונג צו די פאראייניגטע שטאטן-מדינת ישראל באציאונגען, וואו ער האט געזאגט "איך האב אסאך פריינט אין מדינת ישראל". ביי דער זעלבער צערעמאניע איז טראמפ אויך געפרעגט געווארן איבער זיינע אידישע אייניקלעך, און האט געענטפערט "נישט נאר האב איך אידישע אייניקלעך, נאר איך האב אויך א אידישע טאכטער (איוואנקע) עס איז פאר מיר א גרויסער כבוד [...] עס איז נישט געווען. פלאנירט פון פאראויס, אָבער איך בין זייער צופרידן אַז עס איז געשען".
אין מערץ 2016 האט טראמפ גערעדט אויף דער אייפעק קאנפערענץ און מודיע געווען אז אין יעדן אפמאך בנוגע מדינת ישראל מוז זי אנערקענט ווערן אלס די לאנד פונעם אידישן פאלק, ער האט דאן צוגעזאגט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, וואס ער האט דעפינירט אלס די "אייביג הויפטשטאט פון אידישן פאלק", א הבטחה וואס איז מקוים געווארן דעם 14טן מאי 2018. אין זעלבן טאג האט ער אויך געזאגט אז מגינת ישראל דארף באצאלן פאר די זיכערהייט הילף וואס אמעריקע שטעלט זיי צו. אין יולי פון יענעם יאר האט טראמפ דערקלערט אז זיין פארטיי'ס פּלאַטפארמע איז "די מערסט פּרא מדינת ישראל וואס איז נאר אמאל געווען" אין דעצעמבער 2019, האט טראַמפּ געחתמעט אַ פרעזעדענטליכע אָרדער וואָס האָט אָנגענומען א ברייטערע משמעות פון אנטיסעמיטיזם, וואָס אנטהאלט אויך אומיושרדגע קריטיק אויף ישראל. די ארדער קען האבן א איינפלוס ווען פעדעראלע באאמטע באשליסן אויף אַ געוויסער אקט צי עס איז אַנטיסעמיטיש, ווי אויך אויף באשליסן וועגן רעגירונגס פאַנדן פאר אוניווערסיטעטן אויב עס ווערט באשלאסן אז א אוניווערסיטעט האט נישט גענוג געטון צו אויסמעקן אנטיסעמיטיזם.
דאס לויפן פאר פרעזעדענט אין 2016
די 2016 פּרעזאַדענטליכע וואַלן קאמפיין
רעפובליקאנער פארטיי נאמינאציע
טראמפ איז געווען א מיטגליד אין דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 1987. דערנאך איז ער געווארן א מיטגליד אין דער רעפובליקאנער פארטיי ביז 1999. פון דעמאלט ביז 2001 האט ער געשטיצט די אמעריקען רעפארם פארטיי. אין 2001 האט ער זיך אומגעקערט צו דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 2009. אין 2008 האט ער אפילו אויסגעדריקט שטיצע פאר די אימפיטשמענט פון פרעזידענט דזשארזש וואקער בוש. דערנאָך האָט ער זיך צוריק געווארן א אָנהענגער פון דער רעפובליקאנער פארטיי, אויסער אַ קורצע צייט אין 2011–2012 ווען ער איז געווען אומאפהענגיג פון קיין שום פארטיי. ער האָט געווארן אינטרעסירט אין דער רעפובליקאנער פרעזעדענטלכע נאמינעישאן פון 2012, און מען האט געזאגט אויף איס אז ער איז איינער פון די מערסט פאפולערע קאנדידאטן צו לויפן אין די 2012 פריימעריס פון דער רעפובלוקאנער פּאַרטיי. מיט אלעם האט ער געלאזט וויסן מאי 2011 אז ער האט נישט אין פלאן צו לויפן פאר די קומענדיגע פרעזידענטלכע וואלן, וועלכע זענען פארגעקומען מיט א האלב יאר שפעטער.
דעם 16טן יוני, 2015, האָט ער געמאָלדן זײַן קאַנדידאַטאר פֿאַר די 2016 פּרעזידענטלכע וואלן אין ער פלאנט זיך צו פארמעסטן אויף די נאמינאציע פון דער רעפובליקאנער פארטיי אונטערן שלאג ווארט "מאַך אַמעריקע ווידער גרויס" (Make America Great Again) .ער האט געלאזט פאלן א סטעיטמענט ביי די דער אוונט ווי ער האט גמאלדן פרעזידענט לכע קאנדידאטור אין דער טראמפ טאַוער, אז ער וועט בויען א וואנט צווישן מעקסיקא און די פאַרייניגטע שטאטן, און אז עס איז דא פון די אומלעגאלע אימיגראנטן וואס כאפן זיך אריין צו די פארייניגטע שטאַטן פון מעקסיקא וואס ברענגען אריין דראגס און פארברעכנס, דאס האט געפירט די מידיע און די אמעריקאנער פּאליטישע סיסטעם אין כאאס, און איז געווארן קריטיקירט פון מיטגלידער פון זיין אייגענע פּאַרטיי, אַריינגערעכנט דזשעב בוש, ריק פּערי, מיט ראמני און מארקא רוביא. ער איז שפעטער קריטיקירט געווארן פאר'ן אטאקירן סענאטאר דזשאן מעקעין, וועלכער האט געטענהט אז די 15,000 מענטשן וועלכע זענען געקומען צו טראמפ'ס ראלי זענען משוגעים, זאגנדיג אז אין זיינע אויגן איז מעקעין, וועלכער איז געכאפט געווארן אלס סאלדאט אין די וויעטנאם קריג, נישט קיין מלחמה העלד, ווי אויך איז ער קריטקירט געוארן פאר זיין רוף אין דעצעמבער 2015 צו פארבאטן מוסולמענער אריינצוגיין אין די פאראייניגטע שטאטן ביז אז די אדמיניסטראציע וועט אנאליזירן פובליק מיינונגס אנקעטעס אין דער מוסולמענער וועלט לויט וועלכע רוב מוסולמענער דערקלערן האַס צו אמעריקאנער און באשליסן ווי אזוי צו באהאנדלען מיט דעם. די פויפסט פראַנסיס האט געזאגט אַז ווער עס האלט אז מען דארף בויען ווענט און נישט בריקן איז נישט קריסטלעך. טראמפ האט געענטפערט אז די סטעיטמענט פון די פויפ איז שענדלעך און אז קיין פירער, ספעציעל א רעליגיעזער פירער, האט נישט די רעכט צו פרעדיגן אנטקעגן די גלויבונג פון אן אנדערן.
טראמפ געניסט פון א שטענדיגע אויבערהאנט אין אנקעטעס צווישן די רעפובליקאנער פארטיי קאנדידאטן און אינעם געביט פון מידיע דעקונג דורכאויס די פרעזידענטליכע קאמפיין. אין די פריימעריס וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין פעברואר 2016 איז ער אריינגעקומען דער צווייטער אין די אייאווע קאוקוסעס (נאך טעד קרוז) און איז איירנגעקומען די ערשטע אין די ניו העמפשיר פריימעריס, די דרום קאראליינע פריימעריס און די נעוואדע קאוקסעס. אויך אין די וואלן אין 13 שטאטן, וואס קומט פאר דעם 1טן מערץ, אום "גרויסע דינסטאג", האט טראמפ געוואונען די גרעסטע צאל שטימען צווישן די קאנדידאטן. בשעת דער קאמפיין האט ער באקומען די שטיצע פון עלטערע רעפובליקאנער ווי סערע פאלין, קריס קריסטי, רודי דשוליאני און דזשעף סעשאנס, הגם רוב פון די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט זענען נישט געווען צופרידן פון זיין קאנדידאטור, סיי צוליב זיינע פאליסי און סטיל, און אויך פון די מוראהאבן זיי זיך געזארגט אז זיין כאראקטער וועט מאכן שווער פאַר די פּאַרטיי צו געווינען די אלגעמיינע עלעקשאנס.
די אַלגעמיינע וואַלן
אין מאי 2016 האט ער געוואונען די פריימעריס אין אינדיענע מיט איבערוויגענדע מערהייט. דעריבער האבן טעד קרוז און דזשאן קאסיק זיך ארויסגעצויגן פון די געיעג און טראמפ איז געבליבן דער איינציגסטער קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי. דעם 26סטן מיי 2016 האט טראמפ מצליח געווען אנצוקומען צו די געפאדערטע סומע פון דעלעגאטן וואס מען דארף האב צו זיין פארזיכערט מיט די נאמינאציע, און ביי דער קאנווענטשאן פון די רעפובליקאנער פארטיי אין יולי 2016 איז ער געווארן דער אפיציעלער קאנדידאט פארן פרעזידענטשאפט. עטלעכע טעג פריער, האט ער גענומען דער גאווערנאר פון אינדיאנא, מייק פּענס, אלס זיין מיטלויפער פאר וויצע פּרעזידענט.
טראמפ'ס קאמף איז געווען אויסערגעווענליך צוליב די פילע אטאקעס וואס ער האט באקומען פון די מידיע און זיינע קעגנער און צוליב זיינע שארפע רעאקציעס אויף די אטאקעס. בשעת אַן אינטערוויו מיט די סי.בי.עס מדיע נעטווארק, האָט ער געזאגט וועגן די מוסלומענער פראגע , אַז הגם ער האָט נישט ליב ראסיזם, איז צייט צו אָנצוהויבן צו קלערן וועגן דעם, ווײל עס ווערט סוקסעספול דורכגעפירט אין מדינת ישראל און אין אנדערע לענדער. ביים דעמאקראטישע קאנווענשאן האבן גערעדט די עלטערן פון אן אמעריקאנער מוסלומענער זעלנער וואס איז געהרגעט געווארן בשעת'ן דינען אין איראַק, און האבן אטאקירט טראמפּ פאַר זיינע ווערטער. טראמפ האט גערעדט שארף קעגן דער דעמאקראטישער קאנדידאט, הילארי קלינטאן, און האט זי אנגערופן דורכאויס דעם קאמפיין "קרומע הילארי". ער האָט אויך גענוצט פארשעמענדע טערמינען קעגן זיינע קעגנער אויף דער רעפובליקאנער זייט, ווי "קליינע מארקא" (סענאטאר מאַרקאָ רוביאָ) און "טעד דער ליגנער" (סענאטאר טעד קרוז).
דעם 8טן אָקטאָבער 2016 ארויסגעליעקט אַ ווידעא פון 2005, אין וועלכן מען האָט געהערט טראמפ רעדט מיט דער זשורנאליסט בילי בוש אין א פראסטע שפראך. נאכן פארשפרייטונג פון די רעקארדירונג, האט טראמפ האט זיך אנטשולדיגט און געטענהט אז די ווערטער זענען "מאנטל צימער רעדן". טראץ די קריטיק און פארלעגנהייט אינעם רעפובליקאנער לאגער, האט טראמפ דערקלערט אז ער האט נישט קיין פלאן צו צוריקציען. שפעטער אין אקטאבער, זענען פארגעקומען פרעסע קאנפערענצן פון ארום 15 פרויען וועלכע האבן געטענהט אז טראמפ האט זיי געטשעפעט אין די לעצטע דרייסיג יאר. ער האט געלייקנט די באשולדיגונגען קעגן אים און געטענהט אז הילארי קלינטאן'ס קאמפיין שטאב, און מיטגלידער פון די מידיא און אנדערע האבן רעקרוטירט די פרויען כדי אים צושמירן אין דער גאס, און דערמאנט אז ענליכע באשולדיגונגען זענען אויך געמאכט געווארן קעגן פרעזידענט ביל קלינטאן, דער מאן פון זיין דעמאקראטישער קאנקורענט הילארי קלינטאן.
ביים פרעזידענטליכע וואלן וואס איז פארגעקומען דעם 8טן נאוועמבער 2016, האט טראמפ באקומען 46.1% פון די שטימען, 2.9 מיליאן שטימען ווייניגער ווי זיין קעגנער, אבער ער האט געוואונען אין 30 סטעיטס וועלכע האבן אים געגעבן 306 פון 538 שטומען פון די עלעקטארעל קאלעדזש (57%), און איז ערוויילט געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס דעם וואל קאמפיין האט קלינטאן געווען פאראויס אין די מערהייט פון אנקעטעס, און דערפאר איז טראמפ'ס זיג אויפגענומען געווארן דורך די מידיא און די מאסן אלס א חידוש. טראַמפּ איז דער פינפטער פרעזידענט עלעקטעד אָן באקומען אַ מערהייט פון די פאבליק שטימען (פאר אים זענען געווען דשאן קווינסי עדעמס, ראטערפארד העיס, בענדשזעמין העריסאן, און דזשארדזש וואקער בוש), און דער ערשטער פּרעזידענט אן פּאליטיש אָדער מיליטעריש ערפאַרונג פון פריער. ביי זיין איינשווערונג איז טראמפ געווען דער עלטסטער פרעזידענט אין דער צייט וואס מען האט אים אריינגעוועלט, זייענדיג 70 יאר און זיבן מאנאטן (די פריערדיגקע רעקארד איז פארנומען געווארן דורך ראנאלד רעאגאן, וועלכער איז געווען 69 אין די אנהייב פון זיין טערמין, טראפ'ס נאכפאלגער און הויפט קעגנער אין די וואלן, דזשאו ביידען האט צעבראכן זיין רעקארד און איז געוואן איינגעשוואוירן אין די עלטער פון 78). ער איז דער רייכסטער מענטש צו זיין פרעזידענט, מיט א פערזענליכע פארמעגן ווערט 4.5 ביליאן דאלאר (די פריערדיגע רעקארד איז פארהאלטן געווארן דורך דזשארזש וואשינגטאן).
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (2017–2021)
יאנואר 20, 2017, ער איז געווארן איינגעשוואורן אלס פּרעזידענט דורך דער הויפט פון דער העסטער געריכט. אויף טראמפ'ס איניציאטיוו האט זיך, אויסער דעם גלח, אויך באטייליגט א רב (מארווין הייער) אין דער איינשווערונג צערעמאָניע, וועלכער האָט געהאַלטן אַ רעדע. טראמפ האט באשטימט די גענעראלן דזשעימס מאטיס און דזשאן קעלי אלס סעקרעטאר פון פארטיידיגונג און סעקרעטאר פון היימלאנד זיכערהייט, , סענאטאר דזשעף סעשאנס אלס אטוירני דשענערעל, און רעקס טילערסאן אלס סעקרעטארי אוו סטעיט. שפעטער האט טראמפ באשטימט דעם פארזיצער פונעם רעפובליקאנער נאציאנאלן קאמיטעי ריינס פריבוס אלס דער הויפט פונעם שטאב פונעם ווייסן הויז, דער פארוואלטער פון זיין וואל קאמפיין גענעראל מייקל פלין אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער. סטיוו באנן, זיין טאכטער איוואנקא טראמפ, זיין איידעם דזשאַרעד קושנער און זיין קאמפיין פאַרוואַלטער קעלעין קאוועי, זענען באשטימט אלס אדווייזערס. אין מערץ 2018 האט טראַמפּ געווארפן טילערסאָן פון אמט און באשטימט מייק פּאָמפּעאָ, דער געוועזענער הויפּט פון די סי.איי.עיאויף דיין פלאץ.
אינערן פאליסי
צווישן טראמפ'ס הויפט דערגרייכונגען אין די אינערן פאליסי זענען שטייער שניט, גרינגער מאכן די רעגולאציעס אויף ביזנעסער און די ארויפשטעלן קאנסערוואטיווע ריכטעראויף די סופרים קארט, געביטן אין וועלכע ער האט מקיים געווען זיינע צוזאגונגען. דעם 31סטן יאַנואַר 2017 האָט ער געשטעלט ניעל גארסיך, וועלכער ווערט באַטראכט ווי אַ קאנסערוואטיווע, צום סופרים קאורט צו אנפילן דעם ליידיגע זיץ וואס איז ליידיג געווארן נאך דעם טויט פון קאָנסערוואַטיוון ריכטער אנטאנין סקאליע. די זאך איז באשטעטיגט געווארן דורך דעם סענאט. דעם 14טן פעברואר, האט דער נאציאנאלער זיכערהייטס אדווייזער מייקל פלין רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכדעם וואס עס איז געווארן באקאנט אז ער האט באהאלטן פאר וויצע פרעזידענט פענס אז ער האט זיך באגעגנט מיטן רוסישן אמבאסאדאר. נאָך אַ וואך, האט טראַמפּ באשטימט הערבערט רעימאָד מאקמאסטער אין זיין ארט. פעברואר 28, האט טראַמפּ געגעבן זיין ערשטער רעדע צו קאנגרעס אין וואס ער דערקלערט די יסודות פון זיין אינערן פּאָליסיס.
דעם 9טן מאי 2017 האט טראמפ ארויסגווארפן די עף-בי-איי דירעקטאָר דזשעמס קאמי. אין יולי האט ווייסע הויז ווארטזאגער שאן ספּייסער רעזיגנירט, און איז איבערגנומען געווארן דורך שרה הוקאבי סאנדערס. אין דעם זעלבן חודש, איז דער הויפט פונעם שטאב פונעם ווייסן הויז רעינס פריוועס ארויסגעוואפן געווארן און ערזעצט געווארן דורך דזשאן קעלי. אין אויגוסט, האט ער דעווארפן זיין אַדווייזער סטיוו באנאן. דעם 13טן מערץ 2018 האט ער ארויסגעווארפן סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, און באשטימט די סי.איי.עי. הויפט מייק פאמפעאו אים צו ערזעצן. אויף 22 מערץ 2018, האט דער נאשאנאל סעקוריטי אדווייזער הערבערט ריימאנד מאקמאסטער רעזיגנירט. דזשאן באלטאן האט אים אפיציעל ערזעצט אויף אפריל 9, 2018, ביז מען האט אים געווארפן אין סעפטעמבער 2019.
יולי 9, 2018, האט טראַמפּ געלאזט וויסן אַז ריכטער ברעט קאוואנאו איז זיין קאַנדידאט פאר די העכסטע געריכט. אין יולי 2019, איז סטעפאני גרישמאן געווארן באשטימט אלס ווייסע הויז ווארטזאגערין אנשטאט שרה הוקאבי סאנדערס און אלס ווייסע הויז קאמוניקאציע דירעקטאר. אום 2020, נאך דעם טויט פון די העכסטע קאורט ריכטערין רות באדער גינסבערג, האט טראמפּ די געשטעלט אמי קאני באַררעט, אַ געזעץ פּראפעסאר אין די אוניווערסיטעט פון נאטערדאם. דער פארהער איבער איר שטעלונג אינעם סענאט האט זיך אנגעהויבן דעם 12טן אקטאבער 2020. דעם 26סטן אקטאבער איז ענדלעך באשטעטיגט געווארן דורך א אפשטימונג אז זיזאל געשטעלט ווערן אלס ריכטערין מיט א מערהייט פון 52 קעגן 48, און דעם זעלבן טאג איז זי איינגעשווארן געווארן אין די ווייסע הויז אלס ריכטער פונעם העכסטע געריכט. דאס איז די נאענטסטע צו די פרעזידענטליכע וואלן אין דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן אז מען שטעלט א סופרים קארט ריכטער. מיט טראַמפּ'ס איר שטעלן אלס ריכטער, האט צוגעברענגט, דאס אנולירן די פסק פון ארויסגעבן לייסנס צו קענען טראגן וואפן באהאלטענערהייט.
עקאנאמיע, האַנדל מלחמה, ענערגיע און קלימאט
די עקאנאמישע וואקס וואס האט זיך אנגעהויבן אין יוני 2009 האט זיך געצויגן אין די ערשטע צוויי יאר פון טראמפ'ס טערמין, מיט'ן יערליכע דזשי די פי וואוקס איז געשטיגן מיט2.9% אין זיין צווייטן יאר אין אמט. די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געפאלן, ביז אונטער 4%, מיט בלויז מעסיגע אינפלאציע. די דאו דזשאנס איז געוואקסן מיט 25.9% אין טראַמפּ'ס ערשטער צוויי יאָר אין אמט, די בעסטע צווישן אלע פּרעזאַדענץ זינט פרעזידענט פארד. אין טערמינען פון דזשי די פי לוי די פאפילאציע, איז דער אינדעקס געוואקסן מיט 3.6% אין 2017, 4.92% און אין 2018, 3.51% און אין 2019 און איז געפאלן מיט 2.66% אין 2020 (אַ רעזולטאט געפירט דורך די איינצוימונגען געשטעלט אויף די עקענאמיע צו דער וועגן די קאראנע עפּידעמיע). אין די סוף פון זיין פרעזידענשאפט, האט דער דאו דזשאנס אינדעקס אים געלייגט דער פערטער פון אַלע אמעריקאנער פרעזידענטן, מיט אַ דורכשניט פון א יערליכע וואוקס אין די סטאק מארקעט פון 13.7% (הינטער באראק אבאמא: 13.8%, ביל קלינטאן: 15.2% און קאלווין קאלידגע: 26.1% ).
אום 23סטן יאנואר 2017 האט ער אונטערגעשריבן א פארארדענונג צוריקצוציען די פאראייניגטע שטאטן פון די טראנס-פּאסיפיק אפמאך און מודיע געווען אז ער האט אין פלאן אויך ארויסצוציען די פאראייניגטע שטאטן פון דעם צפון אמעריקאנער פריי האנדלס אפמאך. ער האָט אנולירט אַ פארבאט פון זיין פאגייער אין אָפיס צו בויען צוויי אויל פּייפּליינס. דעם 2טן דעצעמבער 2017, האט דער סענאט באשטעטיגט די שטייער רעפארמען פון טראמפ, אין מערץ 2018 האט טראַמפּ ארויפגעלייגט אימפארט טאריפס פון 25% אויף שטאל און 10% אויף אַלומינום צו די פאַרייניגטע שטאטן, און האט איינגעצוימט די שטייער פאלייכטערונגען אויף קאנאדע, מעקסיקא און אנדערע לענדער. יוני 15, 2018, טראַמפּ ארויפגעלייגט אימפּארט טאריפס פון ארום 25% אויף 50 ביליאָן דאלער ווערט פון סחורה אימפּארטירט פון כינע. און אלס א ענטפער האט די כינעזישע מיניסטעריום פון האנדלונג מודיע געווען אז זיי לייגן ארויף טאריפס אויף אמעריקאנער פּראָדוקטן אין דער זעלבער גרויס. דעם זאך האט אנגעפאנגען די האנדל'ס קריג צווישן די פאַרייניגטע שטאטן און כינע.
טראמפ האט אויך ארויפגעלייגט טאריפס אויף פארשידענע פראדוקטן אימפארטירט פון דעם אייראפעאישן פאראיין, וואס האט אין רעאקציע אויך ארויפגעלייגט טאריפס. נאכדעם וואס טראמפ האט געסטראשעט אריינצושטעלן 20 פראצענט טאריפס אויף קאר אימפארטן, האט טראמפ זיך געטראפן מיט דזשאן קלאד דזשונקער, דעם פרעזידענט פון דער אייראפעאישער קאמיסיע, און דערגרייכט אן אפמאך אין וועלכע מען וועט מער נישט ארויפלייגן טאריפס, און די אויפגעלייגטע טאריפס וועלן נאכאמאל דורכקעקוקט ווערן. אין אלס אפצאל וועט אייראָפּע אריינקוקן אין פרייַערדיגע טאריפס, ווי אויך צו אימפטירן מער גאז און סוי באנדלעך פון די פאַרייניגטע שטאטן.
27 אויגוסט 2018, האט די פאַרייניגטע שטאטן און מעקסיקא אונטערגעשריבן אַ נייע האנדלס אפמאך צווישן זיי. אין אנהויב פון אקטאבער, האט קאַנאַדע זיך אויך איינגעשריבן די אפמאך.די אינטערנאציאנאלע געלט פאנד האט געמאלדן אַ גלאבאלע עקאנאמישע פאשטייטערונג אין 2019 נאָך די אמעריקע-כינע האַנדלס קריג. . אין 2018, די ערשטער מאָל זינט 1990, איז געווען אַ 6% פאַרקלענערונג אין די אויספארקויף פון נייע קאַרס אין דאס לאנד. אויך ווען עס קומט צו אַפּגרעידן צו די נייעסטע סמארטפאונס, איז געווען אַ פאשטייטערונג. אין 2018 עס איז געווען אַ 15.5% פארקלענערונג אין סמארטפאנס פארקויפונג און אין די ערשטער צען חדשים פון 2019 איז דאס פארקויפונג אראפ מיט נאָך 5.8%. אין דעצעמבער 2019, דער איינציגסטע סמאַרטפאנן פאַבריקוואס איז געווען אין אַ פאזעטיווע צייט אין כינע איז געווען האוועי, וואָס האט באקומען נאציאנאלע שטיצן פאַר זיין דער ציל פון די אטאקעס דורך פאראייניגטע שטאטן. אין די פארייניקטע שטאַטן, האט די האנדלס קריג געשאפן ראנגלענישן דורך פארמערס און פראדוצירער און געהעכערט די פרייזן פֿאַר קאנסומערס, וואָס האט צוגעברענגט די אמעריקאנער עקענאמיע צו אלייכטע רעסעסשאן.
נאָך געשפרעכן צווישן די פאראייניגטע שטאטן און כינע. אין יוני 2019, האבן פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג באַשלאסן צו באשיידן די קאנפליקט. אין יאנואר 2020, איז א נייע האַנדלס אפמאך איז אונטערגשריבן געווארן צווישן די לענדער. אין 2020, האט זיך אנגעהויבן אויל פּרייז קריג צווישן סאַודי אראביע און רוסלאנד. פרעזידענט טראמפ איז געווען אריינגעמישט אין די געשפרעכן פון די אפמעך וואָס האָט געענדיגט די קריג[103]. אין דער זעלבער צייט, איז געווען א גלאבאלע עקאנאמישע קריזיס אנגעהויבן נאך די צוימונגען ארויפגעלייגט אויף ציווילע טעטיקייט און באוועגונג רעכט צוליב די אויסברוך פון די קאראנע עפּידעמיע אַרום די וועלט.
טראַמפּ'ס שטיצט צו אויפבויען אונדאסריאלע ביזנעס אינערהאלב אמעריקע, מיט דער ציל פון צוימען די אפהענגיקייט אויף טויל פון די מיטל מזרח, און מאַכן די פאַרייניגטע שטטן אַ ענערגיע גרויסמאכט עקספּארטירער. זיינע אַדווייזערס זענען פאטאַ א ווייניגער רעגולירטע ענערגיע מארקעט, אן ווייל זיי זעען נישט קלימאט טויש ווי א סכנה, זיי האלטן נישט אז באלדיגע שריט דארף גענומען ווערן. טראמפּ האט אפגעווארפן די וויסנשאפטלעכע שטודיעס אויף קלימאט ענדערונג. ער האָט גערופן די ענוויראנמענטאל פּראטעקשאן אַגענטור (עפּאַ) אַ "שאַנד" און האט געסטראשעט צו שניידן איר בודזשעט. טראַמפּ האָט צוגעזאָגט בשעת זיין וואל קאמפיין צו ארויסציען אמעריקע פון די פּאריז קלימאט אפמאך, וואָס רופט פאַר די רעדוקציע פון קארבאן באנוץ אין מער ווי 170 לענדער, יוני 1, 2017, ער האָט געמאלדן אז זיין פלאן צו זיך צוריקציען פון די העסקעם. דעם 4טן נאוועמבער 2019 האט די פאראייניגטע שטאטן געמאלדן ביי די יו ען איר פלאן זיך צוריקצוציען פונעם פאריז אפמאך, לויטן אפמאך קען א לאנד זיך ארויסציען פון דעם אפמאך איין יאר נאכן ארייגעבן אן אפיציעלע ביטע זיך אויסצוציען .