מוסטער:י"ח חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
►► | געשעענישן אינעם לוח / י"ח חשון דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
- ה'תע"ד – געבוירן רבי יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה"
- ה'תקנ"ד – געבוירן רבי שמואל שטראשון, דער רש"ש פון ווילנע (אין בילד)
- ה'תרכ"א – משכנות שאננים, די ערשטע געגנט אינדרויסן פון אלטשטאט ירושלים, ווערט באנייט
- ה'תרמ"א – גרינדונגס-קאנפערענץ פון די חובבי ציון ווערט אפגעהאלטן אין קאטאוויץ
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ארויסגעגעבן דער באפעל אויפצושטעלן דער לעמבערגער געטא, פון די גרעסטע נאצי געטאס אין פוילן
- ה'תשי"ז – ברעכט אויס די אונגארישע רעוואלוציע קעגן די קאמוניסטישע רעזשים
- ה'תש"ל – ווערט געמאכט דער ערשטער פארבינדונג צווישן קאמפיוטערס אין ARPANET פראיעקט, דער פארגייער צום אינטערנעט
- ה'תשע"ט – שיסעריי אטאקע אין א קאנסערוואטיווע סינאגאגע אין פיטסבורג, עלף אומגעקומענע
- ה'תק"י – רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין, מחבר פון "מרכבת המשנה" אויף מכילתא, אידענטיפיצירט לויט טייל מיט רבי אדם בעל שם
- ה'תשי"ז – רבי יעקב פרידמאן, אדמו"ר פון באהוש-הוסיאטין אין תל אביב
- ה'תשל"א – רבי רפאל ברוך טאלידאנא, רב פון מעקנעס
- ה'תשמ"ז – רבי נחום פארצאוויטש, ראש ישיבה אין דער מירער ישיבה אין ירושלים
- ה'תשס"ח – רבי אברהם לייטנער, רב אין מאנטעווידעא