רוי:רבי מרדכי טווערסקי (רחמיסטריווקא)

פון המכלול
ווערסיע פון 14:41, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[דוד טווערסקי" ב־"[[רבי דוד טווערסקי")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מרדכי טווערסקי פון רחמיסטריווקא, באקאנט אלס ר' מאטעלע רחמיסטריווקער (ה'תקצ"ט - י"ז אייר ה'תר"פ) איז געווען דער צווייטער רחמיסטריווקער רבי. פון יאר תרס"ה האט ער געוואוינט אין ירושלים.

רבי מאטעלע איז געבוירן אין תקצ"ט צו זיין פאטער רבי יוחנן טווערסקי, ערשטער רחמיסטריווקער רבי, און זיין מוטער, א טאכטער פון רבי פינחס פון קאלק. ער האט געהאט דעם נאמען מרדכי נאך זיין זיידן, רבי מאטעלע טשערנאבילער,

ער פלעג דאווענען מיט גרויס התפשטות הנפש, דערפאר האט זיין טאטע אים גע'עצה'ט ער זאל טון אין עפעס וועלטלעך גלייך נאכן דאווענען כדי זיין נשמה זאל נישט אוועקפליען. האט ער זיך אויסגעלערנט ווערן א מייסטער קריצער פון זילבער און קופער, און ער האט די ארבעט געטון יעדן טאגן פאר א שעה.

אין תרס"ה איז ער ארויף אין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין ירושלים. ער האט געקויפט פאר זיך א קרקע אין הר הזיתים.

פסח תר"פ ווען ער איז געגאנגען צום כותל האבן אראבער אים אטאקירט און שווער געוואונדעט. ער האטן געליטן פון זיינע מכות פיר וואכן און איז נפטר געווארן י"ז אייר. ער איז געווען אלט 81 יאר.[1]

משפחה

רבי מרדכי האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי חנינא ליפא (שפירא) פון זשיטאמיר, א זון פון רבי שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטע. זייערע זין:

שפעטער האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט מרת ציזע, דער טאכטער פון זיין פעטער, דער טאלנער רבי.

רעפערענצן

  1. מאיר הלחמי, תולדות החסידות בארץ ישראל, עמ' 592

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!