נדב בן ירבעם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

פאראמעטער [ שם השושלת ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

'סיבת המוות: גע'הרג'עט געווארן' אינו ערך חוקי

נדב בן ירבעם
פטירה ב'תתקפ"ו (אלט: 2986 בערך)
מדינה ממלכת ישראל
פאטער ירבעם בן נבט


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פירער פאזיציע

פאראמעטער [ מנהיג דת בתקופה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

2'טער מלך ישראל
ב'תתקפ"הב'תתקפ"ו

נָדָב געווען דער צווייטער קעניג פון מלכות ישראל, דער זון פון ירבעבם, און דער לעצטער קעניג פון בית ירבעם. ער האט געקעניגט פון יאר ב'תתקפ"ה ביז ב'תתקפ"ו.

ער איז אנגעגאנגען מיט די שלעכטע מעשים פון זיין פאטער ירבעם, און געדינט די עגלים וואס ירבעם האט אויף געשטעלט, און געטון שלעכטס[2]: ”וַיַּעַשׂ הָרַע בְּעֵינֵי ה' וַיֵּלֶךְ בְּדֶרֶךְ אָבִיו וּבְחַטָּאתוֹ אֲשֶׁר הֶחֱטִיא אֶת-יִשְׂרָאֵל”[3]. ער האט געקניגט בלויז צוויי יאר. דער רד"ק זאגט אז די צוויי יאר וואס די פסוק טיילט אים צו, האבן זיך אנגעהויבן צען יאר נאך זיין פארטערס טויט, ווייל ביז דאן איז ער נאכנישט געווען קעניג, אדער האט זיין קעניגרייך זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט[4].

אין די צווייטע יאר פון זיין קעניגרייך איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך זיין הויפט גענעראל בעשא, אין די צייט וואס זיי האבן באלאגערט די פלשתים אין גבתון. בעשא האט דערנאך אויסגע'הרג'עט גאנץ בית ירבעם, און מיט איז ערפילט געווארן די נביאה פון אחיה השילוני, וואס האט פאראויס געזאגט אז בית ירבעם וועט פארטיליגט ווערן צוליב זייער זינד.

אין זיי צייט איז אין מלכות יהודה געווען קעניג אסא בן אבים.

הערות שוליים

  1. לויט סדר הדורות הקצר מהדורת תשס"ו עמ' 44.
  2. פירוש המלבי"ם אויף די קומענגידע פסוק.
  3. מלכים א' טו, כו
  4. רד"ק מלכים א טז, לג








רעפערענצן