רוי:רבי יעקב אריה טווערסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 18:03, 27 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אדמורי"ם]]" ב־"ריע:אדמורי"ם|װ]]")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב אריה טווערסקי (ט' אב ה'תרמ"ד - כ"א תשרי ה'תש"מ) איז געווען דער טריסקער רבי אין לאנדאן.

אפשטאם

רבי יעקב אריה איז געבוירן תשעה באב תרמ"ד אין טריסק צו זיין פאטער רבי מרדכי זוסיא טווערסקי, אדמו"ר אין הוצאלעס און יאס, און זיין מוטער מרת חוה גיטל פון באהוש.

פאמיליע

ער האט חתונה געהאט מיט מרת בלומא רייזל, א טאכטער פון זיין פעטער רבי פינחס פון זשינקאוו.

רעביסטעווע

ווען זיין שווער איז נפטר געווארן ז' אב תרע"ו האט ער אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע אין זשינקאוו. צוויי יאר שפעטער האט ער אריבערגעפירט זיין הויף קיין קאמעניץ פאדאלסק. אין תר"פ איז ער אנטלאפן פון די קאמוניסטן, וואס האבן געוואלט אים שיקן קיין סיביר, און אנגעקומען אין ווין, און דערנאך אין בערלין. ער האט געשפירט אז די באדן דארט "ברענט אונטער זיינע פיס" און ער איז ווייטערגעפארן קיין לאנדאן, וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף אינעם איסט ענד.

חודש אב תשכ"ד האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק, און געוואוינט דארט ביז זיין פטירה הושענא רבה תש"מ. מ'האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!