דרעפט:אדון עולם
אֲדוֹן עוֹלָם
|
---|
אֲדוֹן עוֹלָם אֲשֶׁר מָלַךְ // בְּטֶרֶם כָּל יְצִיר נִבְרָא |
סוגריים מרובעים: תוספות לפי נוסח הספרדים
בסוגריים עגולים: תוספות לפי תכלאל |
דער מחבר
עס זענען דא אין דעם פארשידענע דעות ווער עס איז דער מחבר פון אדון עולם.
1) רבי יוחנן בן זכאי, אזוי ברענגט דער לקוטי מהרי"ח אז ער האט געזעהן אין ספר התחיה ווי ער איז אזי מברר מיט ראיות.
2) ר' האי גאון, אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון ר' פנחס קאריצער.
3) ר' שלמה אבן גבירול, (פון די ראשונים און א גאר באקאנטער פייטן, און מיר האבן געזאגט היינט זיין פיוט ביי קינות, דער שטיקעל וואס הייבט זיך אן שומרון קול תתן) עס ווערט אזוי געברענגט בכמה מקומות, אבער האט נישט קיין קראנטע מקור. (זענען דא וואס ברענגען דאס צו בשם ספר התחיה, אבער אין הספר תחת ידי, ממילא קען איך נישט מברר זיין וואס דארט שטייט, ווייל ווי געזאגט ברענגט דער לקוטי מהרי"ח פון ספר התחיה אז דער מחבר איז ר' יוחנן בן זכאי).
4) ר' יהודה הלוי, אויך נישטא קיין מקור מוסמך אויף דעם, נאר איך האב אזוי געזעהן צוברענגען.
דער פיוט לויט ווי עס לאזט זיך זאגן, איז בעצם נתחבר געווארן צו זאגן ביינאכט, אזוי ווי ער ענדיגט צו מיט דער פסוק בידו אפקיד רוחי בעת אישן ואעירה, נאר דער טעם פארוואס מען זאגט דאס פארן דאווענען שטייט אין ספר מטה משה בשם ר' האי גאון, און ר' שרירא גאון, און פון ר' יהודה החסיד, אז ווער עס איז מכוון אין די ווערטער פון אדון עולם, וועט אפילו דער שטן זיין מיט אים בשלום און פארדעם זאגט מען דאס פארן דאווענען.
וז"ל: ערב אני בדבר שתפילתו נשמעת ואין שטן מקטרג על תפלתו ואין לו שטן ופגע רע בר"ה וביוה"כ בתפלתו, ואויביו נופלים לפניו וי"א אף יצר הרע משלים אתו....ואפשר שמזה נתפשט המנהג שאומרים אותו קודם כל ברכה ותהילה.
און ספר אמרי פנחס, זאגט ער דער טעם משמיה דגמרא ר' אליעזר האט געזאגט, ברכות כ"ח: וכשאתם מתפללים דעו לפני מי אתם עומדים, און אזוי ווי דער פיוט איז געשטעלט אויף ארויסצוברענגען גדלות הבורא, דערפאר איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן פארן דאווענען.
עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן דעם פיוט אויך נאכן דאווענען, און דער טעם דערפון זאגט דער מטה משה, אז אזוי ווי ביי יעדן סיום הייבט מען תיכף אן נאכאמאל די ערשטער משנה, אדער ביי תהילים איז איינגעפירט אז ווען מען ענדיגט זאגט מען נאכאמאל אשרי האיש, כדי נישט צו לאזן א מקום פארן שטן לקטרג, אזוי אויך ווען מען ענדיגט דאווענען הייבט מען תיכף צוריק אן אדון עולם.
א בקאנטער קאצקער ווארט איז דא אויף דעם, אז ווען א איד ענדיגט דאווענען זאל ער וויסען אז מיט זיין גאנצער עבודה וואס ער האט אראפגעלייגט ביים דאווענען, דאך האלט ער נאך ביי אדון עולם.
אין טייל ספרדישע סידורים איז געדריקט אן אנדערע נוסח, ווי זייער שטייגער איז צוצולייגען אייגענע שטיקלעך וואס דער פייטן האט בכלל נישט געמאכט.
וְהוּא אֶחָד וְאֵין שֵׁנִי לְהַמְשִׁילוֹ וּלְהַחְבִּירָה בְּלִי רֵאשִׁית בְּלִי תַכְלִית וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָה בְּלִי עֵרֶךְ בְּלִי דִמְיוֹן בְּלִי שִׁנּוּי וּתְמוּרָה בְּלִי חִבּוּר בְּלִי פֵרוּד גְּדָל כֹּחַ וּגְבוּרָה.וְהוּא אֵלִי וְחַי גּוֹאֲלִי וְצוּר חֶבְלִי בְּיוֹם צָרָה וְהוּא נִסִּי וּמָנוּסִי מְנָת כּוֹסִי בְּיוֹם אֶקְרָא וְהוּא רוֹפֵא וְהוּא מַרְפֵּא וְהוּא צוֹפֶה וְהוּא עֶזְרָה בְּיָדוֹ אַפְקִיד רוּחִי בְּעֵת אִישַׁן וְאָעִירָה וְעִם רוּחִי גְּוִיָּתִי אֲדֹנָי לִי וְלֹא אִירָא בְּמִקְדָשׁוֹ תָּגֵל נַפְשִׁי מְשִׁיחֵנוּ יִשְׁלַח מְהֵרָה וְאָז נָשִׁיר בְּבֵית קָדְשִׁי אָמֵן אָמֵן שֵׁם הַנּוֹרָא.
צו ליינען מער
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער אדון עולם אויף וויקיקאמאנס
- אדון עולם, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- "אדון עולם", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- אדון עולם באתר "אתר הפיוט והתפילה"
- אדון עולם, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- ביצועים אחדים לפיוט "אדון עולם", באתר "אוצר הזמר העברי"
- אדון עולם בגרסת מטאל, בלחן מקורי של אליהו מאיר דאלי https://www.youtube.com/watch?v=9t8PUCD60kY
- זאב הרווי' האם ר' שלמה אבן גבירול כתב את אדון עולם', תרביץ, פח.
נטיצן
- ↑ על פי הפסוק באיוב יט, כא "וַאֲנִי יָדַעְתִּי גֹּאֲלִי חָי".
- ↑ על פי הפסוק בתהילים ל"א פס' ו' "בידך אפקיד רוחי".