רבי אלעזר בן ערך
געבורט |
המאה ה־1 פרובינקיה יודיאה, אוראלט רוים |
---|---|
פטירה |
פרובינקיה יודיאה |
תקופת הפעילות | דור שני של תקופת התנאים |
רבי'ס | רבן יוחנן בן זכאי |
בני דורו | רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל |
רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָךְ איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער תנא, פון די פינף גרעסטע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, צוזאמען מיט רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן און רבי שמעון בן נתנאל[1].
לויט אבא שאול איז רבי אלעזר בן ערך געווען דער גרעסטער פון די תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און זיין רבי האט אויף אים געזאגט: "אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים, ורבי אליעזר בן הורקנוס אף עמהם, ורבי אלעזר בן ערך בכף שניה – מכריע את כולם"[1]. רבי יוחנן האט אויך אויסגערעכנט זיין שבח אז ער איז א "מעיין המתגבר" (לבו רחב ומוסיף פלפול וסברות מדעתו [2])[1] און אין אבות דרבי נתן[3]: "נחל שוטף ומעין המתגבר שמימיו מתגברין ויוצאין לחוץ, לקיים מה שנאמר[4] יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה בָּרְחֹבוֹת פַּלְגֵי מָיִם".
ווען רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים "צאו וראו איזוהי דרך ישרה שידבק בה האדם", האט רבי אלעזר געזאגט: "לב טוב"; און איזוהי דרך רעה שיתרחק ממנה האדם – "לב רע". די איבריגע תלמידים האבן געזאגט אנדערע מדות. האט רבן יוחנן געזאגט פאר זיינע תלמידים: רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם[5].
רבי אלעזר פלעגט ראטן עצות, און זיי פלעגן מקויים ווערן. ער האט געזאגט אז כאטש ער איז נישט קיין נביא, אבער וויבאלד ס'איז לשם שמים ווערט עס מקויים[6]
תורת הנסתר
ער איז געווען גאר גרויס אין תורת הנסתר. רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אויף איין פסוק 300 הלכות פסוקות, און זיי נאר געוואלט אויסלערנען פאר זיינע תלמידים רבי אלעזר ערך און רבי אליעזר בן הורקנוס, וויבאלד זיי האבן עוסק געווען מיט אים אין מעשה מרכבה[7]. אמאל זענען רבי דוסתאי און רבי חגי געגאנגען צו רבי אלעזר, וועם רבי דוסתאי האט אנגערופן "זקן בימים, דער וואס ס'קומען אראפ פאר אים שרים עליונים פון דער קעניג ברוך הוא". אנקומענדיג דארט האבן זיי געהערט סודות עליונים און געזען מלאכי מעלה[8].
אין גמרא ווערט געברענגט א מעשה, אז רבי יוחנן בן זכאי האט געריטן אויף אן אייזל, מיט רבי אלעזר. ווען רבי אלעזר האט אים געבעטן ער זאל מיט אים לערנען א פרק אין מעשה מרכבה. רבי יוחן האט זיך ארויסגעדרייט, דאן האט רבי אלעזר געבעטן רשות צו זאגן פון זאכן וואס ער האט אויפגעכאפט דורך ראשי פרקים וואס רבי יוחנן האט אים שוין אמאל געזאגט[9]. רבי אלעזר האט דאן אנגעהויבן דרש'ען, איז אראפ א פייער פון הימל און ארומגענומען אלע ביימער פון פעלד, און די מלאכים האבן אנגעהויבן זאגן שירה און געטאנצן, און איין מלאך האט זיך אנגערופן: "אט דאס איז מעשה מרכבה". האט זיך רבי יוחנן אויפגעשטעלט, און געקישט אויפ'ן קאפ און געזאגט: "ברוך ה' אלוקי ישראל שנתן בן לאברהם אבינו שיודע להבין ולחקור ולדרוש במעשה מרכבה. יש נאה דורש ואין נאה מקיים, ויש נאה מקיים ואין נאה דורש; אתה נאה דורש ונאה מקיים. אשריך אברהם אבינו שאלעזר הן ערך יצא מחלציך"[10].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 משנה, אבות ב, ח
- ↑ רע"ב
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ב'
- ↑ משלי ה, טז
- ↑ משנה, אבות ב, ט
- ↑ מדרש שוחר טוב א אויף תהלים א, ג
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:זוהר
פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:זוהר) יש להעביר לכל היותר 3 פרמטרים.זוהר חדש, דף י"א, עמוד ב' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:זוהר
פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:זוהר) יש להעביר לכל היותר 3 פרמטרים.זוהר חדש, דף ל"ב, עמוד א' - ↑ בן יהוידע
- ↑ חגיגה יד, ב; לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) פעלט נומער פרק.תלמוד ירושלמי, מסכת חגיגה, דף ב', עמוד א' בדפוס וילנא