רוי:הוסיאטין
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
הוסיאטין (ארויסגערעדט הושאטין) (אוקראיניש: Гусятин, פּויליש: Husiatyñ) איז א שטעטל אין טארנאפאלער אבלאסט (פראווינץ) פון מערב אוקראינע, 70 ק"מ דרום-מזרח פון טארנאפאל. הוסיאטין איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם הוסיאטינער ראיאן, און געפינט זיך היינט אויפן מערב ברעג פונעם טייך זברוטש. דער טייך איז געווען דער אלטער גרענעץ צווישן פוילן און עסטרייך (1772-1793), און שפעטער דער גרענעץ צווישן גאליציע (אין עסטרייך-אונגארן) און דער רוסלענדישער אימפעריע (1793 - 1807 און 1815 - 1918). צווישן די צוויי וועלט קריגן איז דער זברוטש טייך געווען דער גרענעץ צווישן דעם רעפובליק פון פוילן אין דעם סאוועטן פארבאנד.
רעפערענצן
- הוסיאטין, פאדאליער גובערניע: אידישער יישוב, געגרינדעט אין 16טן יארהונדערט, אומגעבראכט אין 1942: לזכרון נצח