רוי:רבי נפתלי טראפ

פון המכלול
ווערסיע פון 17:20, 24 אפריל 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עורך" ב־"רעדאקטאר")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי נפתלי טראפ
באנייעטע מצבה אויף זיין קבר

הרב נפתלי צבי טראפ (פארקירצט: גרנ"ט; י"ג ניסן תרל"א, 1871-ג' תשרי תרפ"ט, 24סטן סעפטעמבער 1928) איז געווען פון די חשבסטע ראשי ישיבות אין אייראפע פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה. הרב טראפ איז געווען איינער פון די אנטוויקלער פון דער "בריסקער שיטה" אין לערנען גמרא רשי"י תוספות, און מען לערנט זיינע שיעורים און חידושים נאך היינט אין אלע ישיבות.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן י"ג ניסן, ה'תרל"א (1871), צו ר' משה און זיין ווייב נעשא, אין דער שטאט גראדנע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אין בעלארוס). אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי זיין פאטער. ווען ער איז געווארן אלט 15 יאר האט מען אים געשיקט לערנען אין דער קעלמער ישיבה, אונטער רבי שמחה זיסל זיו, דער  "אלטער פון קעלם". צוויי יאר נאכהער איז ער אריבער לערנען אין טעלז, וואו ער האט געלערנט א סך פון דעם ראש ישיבה רבי אליעזר גארדאן. נאך צוויי יאר שפעטער איז ער אריבער לערנען אין סלאבאדקע, אונטער דעם ראש ישיבה רבי נתן צבי פינקל - דער "אלטער פון סלאבאדקע". אין יענער צייט איז רבי איצעלע פאניעוועזשער געווען א מגיד שיעור אין דער ישיבה; ער איז געווען א גאון אין דרך הלימוד, וואס רבי נפתלי האט געלערנט פון אים.

ביי די 22 יאר, איז ער געווארן א חתן ביים ראש ישיבה (הרב פינקל), אבער א פאר חדשים שפעטער איז די כלה געווארן קראנק און איז נפטר געווארן, נאך איידער זיי האבן חתונה געהאט. א צוויי יאר שפעטער איז ער געווארן א חתן נאכאמאל, און האט געהייראט פעשא לאה, די טאכטער פונעם חרדישן עסקן ר' אליעזר יעקב חווה'ס. נאך זיין חתונה איז ער געגאנגען צוריק לערנען אין קעלם, וואו ער האט זיך איינגעווייקט אינעם דרך פון דער מוסר באוועגונג.

משפחה

ר' נפתלי'ס ווייב, פעשא לאה, איז געווארן קראנק מיט  טיפוס און זי איז נפטר געווארן אין יאר תר"פ (1920). זייערע קינדער זענען געווען:

  • דער בכור הרב אברהם חיים טראפ, האט געהייראט אסתר, טאכטער פון הרב יעקב משה ספיר. ער איז געווען ראש ישיבה אין ראדין ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ער האט אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז געווארן באשטימט ראש ישיבה אין חפץ חיים; דערנאך איז ער געווארן ראש ישיבה פון דער קארלין-סטאלינער ישיבה. ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אין תשל"ח (1978), א יאר פאר זיין פטירה. זיין איידערם הרב אלטער חנוך העניך ליבאווייץ, איז ראש ישיבה פון חפץ חיים אין אמעריקע.
  • הרב ראובן טראפ, איז געווען איינער פון דער חבורה פון  תלמידים פון סלאבאדקע וואס זענען געקומען אין תרפ"ד צו גרינדן די כנסת ישראל אין חברון. דערנאך איז ער געווארן ראש ישיבה פון יישוב החדש אין תל אביב, וואס  הרב משה אביגדור עמיאל האט אויפגעשטעלט. ער איז נפטר געווארן אין תשי"ג.
  • טויבא, האט חתונה געהאט מיט ר' יהושע אייזיק (יצחק) קאמענעצקי, "אייזיק קאברינער", פון די חשובע תלמידים אין ראדין און שפעטער שטאטס רב פון נאווידוואר. די גאנצע משפחה איז אומגעקומען ביי די נאציס.
  • פייגא עטיל, האט חתונה געהאט מיט הרב ברוך יוסף פייוולזאן.

זיינע ספרים

זיינע חידושים אויף די סדרים נשים און נזיקין פון ש"ס תלמוד בבלי זענען געדרוקט אין דעם ספר חידושי הגרנ"ט, איינע פון די יסודותדיקע ספרים אין דער ישיבה וועלט.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!