רוי:אלפאנסאס בוקאנטאס
אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס (ליטוויש: Alfonsas Bukontas; געב. 11טן סעפטעמבער 1941) איז אַ ליטווישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.
לעבנסגעשיכטע
אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס איז געבוירן דעם 11טן סעפּטעמבער 1941 אינעם דאָרף דאַפּשיי אין זאַמעט (יעצט – אין באַשטאַנד פונעם מאָזשייקער ראַיאָן פון ליטע). סוף יוני פון דעם זעלבן יאָר איז ליטע אָקופּירט געוואָרן דורך די דייטשן. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַסעס משפּחה איז אומגעבראַכט געוואָרן ווי אַלע ייִדן. ער אַליין איז לעבן געבליבן אַדאַנק ליטווינער, וועלכע האָבן אים געראַטעוועט, באַהאַלטן און אויסגעכאָוועט. אַלס דיכטער האָט אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס דעביוטירט אין 1958. אין 1964 האָט ער פאַרענדיקט דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם ווילנער אוניווערסיטעט. ער איז געווען אַ לערער אין שולן און אַ מיטארבעטער אין רעדאַקציעס פון צייטונגען און זשורנאַלן. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס האָט איבערגעזעצט אין ליטוויש דיכטונג פון דייטש, רוסיש, פויליש ווי אויך פון אַנדערע שפּראַכן. ער האָט איבערגעזעצט פון יידיש לידער פון משה קולבאק און אברהם סוצקעווער, פון העברעיש - לידער פון יהודה עמיחי. אין 1997 האָט דער דיכטער צונויפגעשטעלט און אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס האָט אין זיך איינגעשלאָסן משה קולבאַקס פּאָעמע "ווילנע" אינעם אָריגינאַל אויף ייִדיש און אין איבערזעצונגען אויף ליטוויש, ענגליש, פראַנצויזיש, דייטש, פּויליש און רוסיש. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס וואוינט אין ווילנע.
זיינע לידער-זאַמלונגען
- Slenkančios kopos,Vilnius, 1967
- Piešiniai ant vandens,Vilnius, 1972
- Mėnulio takas, Vilnius, 1977
- Penktas metų laikas,Vilnius, 1997
- Vilnius – Lietuvos Jeruzalė, Vilnius, 1997
- Pirštų atspaudai,Vilnius, 2011
אין איבערזעצונג אויף רוסיש
- Пока летит стрела, Москва, 1990
דרויסנדע לינקס
- וועגן אַלפאָנסאַס בוקאָנטקס (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!