רוי:פאשקעוויל

פון המכלול
ווערסיע פון 21:30, 22 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וועבלינקען" ב־"לינקס")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לייג דא א הסבר אויפ'ן בילד

פּאַשקעוויל אדער פּאַשקוויל אדער פאַסקוויל מיינט ערשיינלעכע צעטליך מיט פאַלשע אדער אמת'ע לשון הרע געצילט צו באשמוצן און פארשעמען איינעם, און עס האט נישט קיין אונטערשריפט.

פאשקעוויל רופט מען אין לשון הקודש מיט א מליצה "פתק אויל", דאס טייטש א נאריש צעטל.

א פאַשקעוויל איז א פאַרלוימדונג אָדער שפאָט-שריפט, געשריבן מיט אַ ציל צו פאַרלוימדן אָדער באַשמוצן די ערע פון אַ געוויסן פערזאָן.

דאָס שפאָט-שריפט פאַשקעוויל, געשריבן אין אַ וויציגער אויסשטעל, קען פיל מאָל טראָגן אַ בילדליכע רעפרעזענטאַציע.

"פאַסקווילאנט" (אין היימיש אידיש: "פאַשקווילאנט") ווערט גערופן דער פארפאַסער און אַרויסגעבער פון אַזאַ סאָרט צייטשריפט, וואָס איז, געווענליך, פובליצירט אנאָנים אדער מיט א פסעוודאָנים.

אין די ערשטע צייטן פון די מאָדערענע וועלט, ווען דער באַגריף "פליגבלאַט" און "פלוג-שריפט" האָט נאָך נישט עקזיסטירט, זענען דאָס אויך באצייכנט געווארן אלס "פאַשקוויל", צוליב וואס די רעפרעזענטאַציע פון די אויסגאַבן זענען געווען אויסגעשטעלט צו בעאיינפלוסן די מאַסן.

דער נאמען "פאַשקוויל"

דער נאמען "פאַשקוויל" שטאַמט פון אַן אויסגעשניצטע סטאַטוע, פון זעכצנטן יאר-הונדערט, אין די שטאָט רוים, אונטערן נאמען: Pasquino"פאַסקעווינא". דער "פאַסקעווינא" סטאַטוע איז געווען באַדעקט פיל מיט עפיגראָמישע שריפטן אין די לאטיין שפראַך.

צוליב אירע עפיגראָמישע שריפטן איז דער סטאַטוע, אין משך פון די צייט, גאָר שנעל פאַרוואַנדלט געוואָרן צו אַ פלאַץ וואו יעדער אינדיווידואַלער, וואס האט זיך געוואלט אויסגעבן זיינע קריטיק קעגן דעם פויפסט און זיין קאַבינעט, האָט זיך אָפגעשריבן אַ פאָעטישער עפיגראם און דאָס אָנגעקלעבט אויף דעם "פאַסקעווינע" סטאַטוע. דער מנהג האָט אָנגעהאַלטן יאָרן לאַנג, ביז אין יאר 1870, ווען רוים און איטאַליע זענען געוואָרן איינס, דאַן איז דער מנהג גענצלעך בטל געוואָרן.


דער פאַשקעוויל אין דער חרדישער וועלט

אין לעצטן יארהונדערט האָט זיך דער געדאַנק פונעם "פאַשקעוויל" שטאַרק צושפרייט צווישן חרדישן ציבור. די היימישע פאַשקעווילן זענען מיט גאָרנישט אַנדערש. זיי טראָגן געווענליך דעם זעלבן ציל; נעמליך צו פאַרלוימדן, אָדער באַשמוצן, רבנים אָדער עסקני ציבור.


לינקס איבער "חרדישע פאשקעווילן"

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!