רוי:ברעסלוי

פון המכלול
ווערסיע פון 02:31, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: אַ שטאָט אין שלעזיִע, פּױלן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ברעסלוי: א בילד פונעם 17טן יארהונדערט

ברעסלוי (פּויליש: Wrocław; דייטש: Breslau; טשעכיש: Vratislav; אונגאַריש: Boroszló; איטאליעניש: Breslavia; לאטייניש: Vratislavia; לעטיש: Vroclava; ליטוויש: Vroclavas; סלאוואקיש: Vroclav) איז אַ שטאָט אין שלעזיִע, פוילן.

עקאנאמיע

הימל טורעם איז די העכסטע געביידע אין פוילן, און האט פלאץ פאר ביוראס, האנדל און וואוינונגען

ברעסלוי איז די צווייט רייכסטע שטאָט אין פוילן נאך ווארשע.[1] עס ווערט גערעכענט אז 401 מיליאנערן וואוינען אין ברעסלוי, ד"ה פערזאנען וואס זייער יערליכע איינקומפט גייט אריבער 1 מיליאן PLN (אין יאר 2014). ברעסלוי און דער געגנט פון אונטער-שלעזיע זענען נאנט צו די גרעניצן מיט דייטשלאנד און טשעכיי, און דערפאר איז א גרויסער שותף פאר אימפארט און עקספארט מיט די לענדער.

ברעסלוי'ס אינדוסטריע פאבריצירט בוסן, אייזנבאן וואַגאָנען, היים אפאראטן, כעמיקאַלן און עלעקטראָניק. די שטאט האט פאבריקן און אנטוויקלונג צענטערן פון פיל אויסלענדישע און אינלענדישע קארפאראציעס, ווי למשל WAGO קאטאקט-טעכניק, זימענס, באש, נאקיע נעצווערק, וואלווא, HP, IBM, גוגל, אפערע סאפטווער, באמבארדיער טראנספארטאציע און נאך.

רעפערענצן

  1. "Gazeta Wrocławska - Wiadomości Wrocław, Informacje Wrocław". Gazetawroclawska.pl. Retrieved ‏14סטן מאי 2018. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!