רוי:אטען

פון המכלול
ווערסיע פון 13:05, 5 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אייראפעיש" ב־"אייראפעאיש")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בילדער פון אטען

אַטען איז די הויפּטשטאָט פון גריכנלאַנד. ער געפינט זיך אין דער פעריפעריע (ראיאן) פון אטיקע. די היסטאריע פון אטען גייט צוריק מער ווי דריי טויזנט יאר. די שטאט אטען האט א באפעלקערונג פון 655,780, און באדעקט א שטח פון 39 קוואדראט ק"מ.

אטען האט גאר א סך אוראלטע מאנומענטן. דער מערסט באוואוסטער פון זיי איז דער פארטענאן אויפן אקראפאליס.

אוראלטע צייטן

אין די אוראלטע צייטן האבן געוואוינט אין אטען די דראמאטורגן אייסקילאס, סאפאקלעס און אויריפידעס, די היסטאריקער העראדאטוס און טוסידידעס, דער דאקטאר היפאקראטעס, און דער פילאזאף סאקראטעס.



Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.