רוי:יאנואר 17
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | |
7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 |
14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 |
21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 |
28 | 29 | 30 | 31 | |||
קאלענדאר פאר 2024 |
דעם 17סטן יאנואר איז דער 17טער טאג פון יאר, אין דער דריטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 348 טעג (349 אין אן עיבור־יאר).
היסטארישע געשעענישן
- 1793 - פראנצויזישע רעוואלוציע - דער מלך לואי דער זעכצעטער באשולדיגט מיט "פארשווערונג קעגן דער זיכערהייט און פרייהייט פונעם כלל" און מען האט אים געפירט צו עקזעקוטירן א פאר טעג שפעטער
- 1852 - בריטאניע אנערקענט די הערשאפט פון די בויערן אין טראנסוואל
- 1917 - פאראייניגטע שטאטן קויפט אפ די בתולה אינזלען פון דענמארק
- 1945 - צווייטע וועלט מלחמה: ראטן פארבאנד נעמט איין ווארשע
- 1945 - צווייטע וועלט מלחמה: אנפאנג אפראמען אוישוויץ פארניכטונגס לאגער
- 1946 - זיכערקייט ראט פון די פאראייניגטע פעלקער טרעפט זיך אן צום ערשטן מאל
- 1991 - די איינגאס מלחמה ברעכט אויס.
- 1991 - האראלד דער פינפטער באשטימט אלס מלך פון נארוועגן, נאכן טויט פון זיין פאטער אלאוו דער פינפטער
- 1995 - 5,477 געהרגעט אין אן ערדציטערניש אין קאבע, יאפאן
געבוירן
- 1504 - פיוס דער פינפטער, פויבסט, (געשטארבן 1572)
- 1706 - בענדזשאמין פרענקלין, שרייבער, ערפינדער, פארלעגער און אמעריקאנער אמבאסאדאר אין פראנקרייך (געשטארבן 1790)
- 1863 - דייוויד לויד דזשארזש, פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך (געשטארבן 1945)
- 1899 - אל קאפאנע, גענגסטער (געשטארבן 1947)
- 1918 - סיר קיטה יאזעף, יידישער בריטישער פאליטיקאנט (געשטארבן 1994)
- 1948 - דוד אדסאן, פרעמיער מיניסטער פון איסלאנד
געשטארבן
- 1961 - פאטריס לומומבא, פרעמיער מיניסטער פון קאנגא (דערמארדעט) (געב. 1925)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!