רוי:די קאץ דער פאיאץ

פון המכלול
ווערסיע פון 08:21, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קאַץ דער פּאַיאַץ איז א קינדער בוך אויף די יידישע שפראך ערשינען אין 2003, אן איבערזעצונג פון דאס בוך The Cat in the Hat פון דאקטאר סוס דורכן דאקטאר און יידישיסט שלום בערגער.

עס איז ערשיינען דורך פארלאג עשרים וארבע פון ניו יארק און מיטגעשטיצט פון די יוגנטרוף פראגראם לייענוואַרג פאַר קליינוואַרג - א סעריע פון קינדער ביכער אויף יידיש.

דאס בוך איז געשריבן אין יידישע אותיות, מערסטנס אין גראמען. זייט ביי זייט מיט די זעלבע ווערטער אין לאטיינישע בוכשטאבן וועלכע קען העלפן ארויסזאגן די ווערטער פאר די וואס זענען אנהייבער אין די שפראך.

דאס בוך אנטהאלט א ס"ה פון 63 זייטן. אויך פארמאגט עס די ארגינעלע מאלערייען פונעם קאץ, די קינדער און די פיש.

עס איז געדרוקט אין סינגאפור.

וועבלינקען