רוי:דזשודי מאזעס
דזשודי מאזעס | |
מדינה | ישראל |
---|---|
בן זוג | סילוואן שלום |
יהודית "דזשודי" שלום ניר מאזעס (געבוירן דעם 14טן אויגוסט 1958) איז אַ ישראל מעדיע פּערזענלעכקייט, טעלעוויזיע גאסטגעבערין, ראַדיאָ בראָדקאַסטער און זשורנאַליסטקע.
ביאגרפיע
דזשודי מאזעס איז געבוירן געוואָרן אין רמת גן, די טאָכטער פון פאולה און נח מאזעס, די קאנטראלירנדע בעלי־בתים פון דער "ידיעות אחרונות" צייטונג. זי איז דאס דריטע קינד נאך גלעד, וועלכער איז אומגעקומען אין אַן אויטאָ עקסידענט אין 1959, און ארנון, דער אַרויסגעבער פֿון דער צײַטונג "ידיעות אחרונות". זי איז די עלטערע שוועסטער פון תמי, וועלכע קאנטראלירט פארשידענע ישראל פירמעס. זי הייסט נאָך איר זיידן, דער מעדיע־מענטש יהודה מאזעס.
אין 1993 האָט זי חתונה געהאט מיט סילוואן שלום. דאס פּאָרפֿאלק האט דריי קינדער צוזאַמען, און צוויי פון א פריערדיקן זיווג פון סילוואן. די משפּחה האָט געוואוינט אין רמת גן. אין אויגוסט 2017, האבן זיי זיך אפגעשיידט.