רוי:גריבוב
|
גריבאוו ((פּויליש: Grybów; דייטש: Grünberg) איז א שטעטל אין גאליציע, היינט אין דער קליינפוילישער וואויוואדעשאפט פון פוילן, מיט 12,409 איינוואוינער (2005). גריבאוו געפינט זיך 16 ק"מ מזרח פון צאנז און 43 ק"מ דרום פון טארנע. דער רינעק איז גאר שיף.
יידישע געמיינדע
די יידישע געמיינדע אין גריבאוו איז געגרינדעט געווארן אין 1765. אין 1880 האבן געוואוינט אין גריבאוו 596 יידן, אין 1910, 908 יידן, און אין 1939, 847 יידן.
אין סעפטעמבער 1939, האבן די דייטשן איינגענומען גריבאוו. אין 1940 האבן די נאציס אויפגעשטעלט א געטא וואו זיי האבן אריינגעשטעלט 2,500 יידן פון דער סביבה פון גריבאוו. אין אויגוסט 1942 האבן זיי ליקווידירט די געטא. זיי האבן געהרגעט 360 קינדער און אלטע לייט אין דעם דארף ביאלע ניזשנע, נישט ווייט פון גריבאוו. די איבעריגע איינוואוינער האבן זיי דעפארטירט אין צאנז און דערנאך אין דעם בעלזשיץ פארטיליקונג לאגער.[1]
רבנים פון גריבאוו
- תרמ"ו - תרס"ד: הרב אריה לייביש האלבערשטאם
- תרס"ד - תש"ב: הרב מרדכי זאב האלבערשטאם