רוי:געארג פרידריך הענדל
געארג פֿרידריך הענדל (ענגליש: George Frideric Handel, דייטש: Georg Friedrich Händel; 23סטן פעברואר 1685 – 14טן אפריל 1759) איז געווען א דייטשער־בריטישער קאמפאזיטאר, באוואוסט פאר זיינע אפערעס און ארגאן קאנשערטאס. הענדל האט געלערנט מוזיק אין האלע, האמבורג און איטאליע ביז אין 1712 האט ער זיך ענדלעך באזעצט אין לאנדאן, און ער איז געווארן א בריטישער סוביעקט אין 1727.
הענדל האט קאמפאזירט מער ווי 42 אפערעס.
יונגע יארן
הענדל איז געבוירן געווארן אין האלע, הערצאגשאפט פון מאגדעבורג, צו זיין פאטער געארג הענדל און זיין מוטער דאראטעא טאוסט. ביי זיין געבורט איז זיין פאטער אלט געווען 63 יאר. ווען ער איז אלט געווען זיבן יאר האט ער באקומען א קלאוויקארד, וואס ער האט געשפילט אויף דעם בוידעם ביינאכט ווען אלע זענען געשלאפן.
אין 1710 איז ער געווארן דער הויף מוזיקער פון פרינץ געארג לודוויג פון האנאווער. נאך א שטיק צייט זענען זיי געווארן פאראיבלט, און הענדל האט געזוכט זיינע גליקן ערגנטסוואו אנדערש. אין 1712 האט ער זיך ענדלעך באזעצט אין ענגלאנד. דארט האט ער באקומען געהאלט פון 200 פונט שטערלינג פון דער קעניגין אן. צו זיין באדויער, איז אן געשטארבן אין 1714 אן א יורש, און די מלוכה איז אריבערגעגאנגען צו זיין פריערדיקן בעל־הבית, געארג, וועמען מ'האט באקרוינט געארג דער ערשטער, מלך פון בריטאניע.
מוזיק
די שריפטן פון זיין מוזיק זענען היינט אין דעם בריטישן מוזיי.