רוי:רבי אברהם חיים הורוויץ (ערשטער)

פון המכלול
ווערסיע פון 17:00, 17 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דגל מחנה אפרים" ב־"דגל מחנה אפרים")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם חיים הורוויץ זצ"ל (דער ערשטער) (ה'תקמ"ב - כ"ה מנחם אב ה'תקצ"א), רב אין לינסק.

אפשטאם

רבי אברהם חיים איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ב, צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ, "דער ראפשיצער רב", א זון פון הרב מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.

רבנות

אין יאר ה'תקע"ח נאך ביים פאטער'ס לעבען איז רבי אברהם חיים שוין געווארן רב אין לינסק, אין יאר ה'תקפ"ז נאך די פטירה פון זיין פאטער, איז רבי אברהם חיים געווארן רבי אין לינסק אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי אברהם חיים איז נפטר כ"ה מנחם אב ה'תקצ"א. דער שר שלום פון בעלזא האט געזאגט אז ווער ס'גייט צו זיין ציון איז "קרובה ישועה לבוא".

פאמיליע

רבי אברהם חיים האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברידער) הרב שמואל שמעלקא הורוויץ, רב אין ראמאן און באר אין בוקאווינע, באקאנט אלס רבי שמעלקא בארער, (אן איידעם פון הרב חיים טירער, רב אין טשערנאוויץ, דער באר מים חיים), א זון פון הרב מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא פרק ד' אות מח שרייבט אז זי האט געהאט נאך צוויי נעמען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!