רוי:רבי יוסף קארו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קבר פון רבי יוסף קארו אין צפת

רבי יוסף קאַרו (ה'רמ"ח - י"ג ניסן ה'של"ה 1488-1575) איז דער מחבר פון בית יוסף אויפן טור און דערנאך דער שלחן ערוך. ווי אויך האט ער געשריבן דעם ספר כסף משנה אויפן משנה תורה להרמב"ם.

ביאגראפיע

רבי יוסף ב"ר אפרים קאַרו ז"ל איז געבוירן געווארן אין טאָלידאָ (טאָלטילא), שפּאניע אין דעם יאר רמ"ח (1488)[1]. ער האט געשטאמט פון ספרדים. ער האט אנגעהויבן צו לערנען אין זיין געבורט שטאט, אין דער ישיבה פון ר' יעקב בירב ז"ל.

אין דעם יאר 1492, אין דעם טרויעריגן יאר פון "גירוש שפּאניע", ווען שפּאניע האט ארויסגעטריבן די אידן, האט ר' אפרים געמוזט נעמען דעם אידנס טויזנטער יארן אלטן וואנדער שטעקן אין האנט, און פארלאזן זיין געבורט לאנד. ער מיט זיין פאמיליע זענען פאַרוואגלט געווארן קיין פּארטוגאל. זיי האבן זיך באזעצט אין דער הויפּט שטאט ליסאבאן. ר' אפרים האט געפינען דארט א רבי'ן, וועלכער האט געלערנט מיט דעם אינגעלע תורה.

דאָס אינגע אינגעלע מיט א "גוט קעפּעלע" און מיט גרויסע כשרונות, און געבענטשט מיט גרויסער התמדה האט געשטיגן פארשטייט זיך, פון טאג צו טאג אין לערנען. אבער דער וואנדער שטעקן, דעם אידנס "צווייטע" רעכטע האנט אין גלות, איז געווען מיד פון רוען. האט ר' יוסף געמוזט אנקומען נאכאמאל צו דעם שטעקן.

אין דעם "גירוש פּארטוגאל", אין דעם יאר 1496, זענען טאטע און זון געווען ווידער געצווינגען זיך צו אנלענען אויף דעם טויזנטער יארן אלטן היסטארישן וואנדער שטאק, וועלכער אורשפּרונגט נאך פון דעם "לך לך" צו אונזער פאטער אברהם אין די גאר, אור אור אלטע צייטן, און וואנדערן וואוהין די אויגן וועלן פירן: וואנדערן אהין וואו מ'וועט זיי לאזן האבן א דאך איבער דעם קאפּ, א געלעגער צו אפּרוען זייער מידן קערפּער, א שטול, א טיש צו קענען זיצן און אריינקוקן אין א ספר.

זענען טאטע און זון אנגעקומען אין קאנסטאנטינאפּאל. דאס בחור'ל איז געוואקסן העכער אין וואוקס, עלטער אין יארן. און צוזאַמען מיט דעם איז געוואקסן זיין שוואונגיגער פּראגרעס אין לערנען, טיפער, העכער און ברייטער. עטליכע יאָרן שפּעטער, איז זיין פאטער נפטר געווארן. אין קאנסטאנטינאפּאל האט דער אינגער למדן אנגעהויבן צו לערנען דעם רמב"מ'ס "יד החזקה", אדער "משנה תורה"[2] ווי דער רמב"ם האט אים גערופן.

ער האט געשריבן הערות, א פּירוש אויף דעם רמב"ם, וועלכע ער האָט נישט געדרוקט. אבער זיי האָבן געדינט שפּעטער אלס יסוד פאר זיין פּירוש "כסף משנה" אויף דעם רמב"ם.

ער האט איבער געזידלט פון קאנסטאנטינאפּאל קיין אַדריאַנאָפּאָל. אין דעם עלטער פון דרייסיג יאר איז ער שוין געווען בארימט אלס גאון, איינער פון די גדולי התורה פון זיין צייט. און ער האט אפילו זוכה געווען, אז די גאונים נאך אים האבן אים באצייכנט מיט דעם טיטל "מרן".

ער האט חתונה געהאט דארט מיט דער טאכטער פון דעם חכם און חסיד ר' חיים ב"ר אלבלג ז"ל. זי איז אבער געשטארבן אינג, און ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' יצחק סבע, די שוועסטער פון זיין פריינד ר' שמואל סבע. און דארט אין אדריאנאפּאל, האט ער אן געהויבן צו ארבעטן אויף זיין בארימטן ספר "בית יוסף", אין דעם יאר רפּ"ב, 1522.

אין יענער צייט האט די קהילה פון דער שטאט ניקאָפּאָל, אים איינגעלאַדן צו ווערן ראש פון זייער ישיבה. ער האט אנגענומען די איינלאדונג. און ער האט זיך באזעצט דארט אין דעם יאר 1523. דער דארטיגער הויפּט פון דער קהילה, אַן עלטערער ספרד'ישער חכם, האט נישט מסכים געווען מיט זיין געדאנקען-גאנג, און ער פלעגט אַפילו אידערצערנען. אין אלגעמיין, אבער, איז ער געווען זעהר געאכטעט ביי זיינע צייט גענאָסן. און אויסער זיינע פליכטן אלס ראש השיבה, האָט ער געווידמעט זיין גאנצע צייט אויף זיין ספר "בית יוסף".

אין דעם יאר 1536 האט ער באשלאסן צו עמיגרירען קיין ארץ ישראל. נאך א יאר פארן איז ער אנגעקומען אין צפת אין דעם חודש אלול, אין דעם יאר רצ"ו. דארט האט ער געפונען זיין יוגנט רבי'ן ר' יעקב בירב. ער האט זיך ערווארבן דארט פילע תלמידים. ער האט געענטפערט תשובות אויף שאלות. אבער די מערסטע צייט האט ער געווידמעט זיין ריזן ווערק "בית יוסף", אויף די טורים און שולחן ערוך.

ווען ס'האט אויסגעבראכן אַן עפּידעמיע פּעסט, אין דער שטאט צפת האט ער געוואוינט א שטיקל צייט אין דעם דערפל בירואה נעבן צפת. און ווי ס'ווייזט אויס האט ער פארפאסט דעם שולחן ערוך דארט.

אין צפת איז זיין ווייב געשטארבן. זי האט אים איבערגעלאזט א זון ר' שלמה, וועלכער איז געבוירן געווארן ארום דעם יאר 1554. אין דעם יאר 1665 האט ער גענומען א דריטע ווייב, די טאכטער פון ר' זכריה ב"ר שלמה זבשיל אשכנזי. זי האט אים געבוירן א זון ר' יהודה קארו אין דעם יאר 1571.

זיין באַרימט ווערק "בית יוסף" איז געבויט אויף די ווערק פון די דריי וועלט-בארימטע זיילן אין דער הלכה ליטעראטור: ר' יצחק אלפסי (אלפס, רי"ף), ר' משה בן מיימון (רמב"ם), ר' אשר בר' יחיאל (רא"ש).

ער איז דער מחבר פון: "כסף משנה" אויף רמב"ם, "בדק הבית", "כללי התלמוד", "דרשות אויף תורה און שיר השירים", ס'ווערט אנגערופן אויך "אור צדיקים", "שאלות ותשובות" אויף דעם "אבן העזר", "אבקת רוכל", פּירושים אויף משניות, רש"י, רמב"ן, און נאך. אבער, ליידער, נישט אלע זיינע ווערק זענען ערשינען.

זייענדיג א ספרדי האט דער "בית יוסף" פאַרקוקט די אשכנזישע מנהגים. דאס האט געאַרט א היבש ביסל די ראשי הישיבות פון דייטשלאנד און פּוילן. דער רמ"א ז"ל איז געווען דער ערשטער, וועלכער איז ארויסגעקומען מיט הגהות אויף דעם שולחן ערוך. אבער "אלו ואלו דברי אלקים חיים". די פריינדשאפט צווישן זיי איז געווען א שטארקע. און דער "בית יוסף" האט אפילו מזכה געווען דעם רמ"א מיט א תיקון סופרים, לויט וועלכן דער רמ"א האט געשריבן א ספר תורה.

ר' יוסף קארו ז"ל איז נפטר געווארן אין צפת דאנערשטיג, דרייצן טאג אין דעם חודש ניסן, אין דעם יאר של"ה, 1575, אין דעם עלטער פון זיבן און אכציג יאר.

דער "בית יוסף" האט איבער געלאזט פילע גרויסע תלמידים, צווישן זיי די בארימטע דריי משה'ס: ר' משה קאָרדאָווירע, ר' משה גאַלאַנטי און ר' משה אלשיך, ז"ל.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. פארגלייכט: "תולדות גדולי ישראל" פון שבח קנעביל זייט 51, אויסגאבע דובינסקי, ניו יארק, תשט"ו מיט "אוצר ישראל", באנד ניין, זייט 88.
  2. ס'זענען פאַראַן פיר ספרים וועלכע מ'רופט נישט ביי די נעמען, וועלכע די מחברים האבן זיי געגעבן: "משנה תורה", "שני לוחות הברית", און "תורת משה". נאר מ'רופט זיי: "דער רמב"ם", "דער של"ה", "דער אלשיך", "דער חתם סופר". אפילו דעם חומש דברים, וועלכער ווערט באצייכנט אויך מיט "משנה תורה", רופט מען נישט "משנה תורה", נאר פּשוט "ספר דברים". דאס נעמט זיך מסתמא פון דעם וואס אידן האלטן נישט פון א צווייטער תורה, פון צווייטע לוחות. און מיר זענען גאַנץ צופרידן מיט דער תורה, וועלכע משה רבינו האט אונז געגעבן.