רוי:פאגראם

פון המכלול
ווערסיע פון 13:22, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאָגראָם איז א רוסיש ווארט וואס ווערט גענוצט אין אסאך שפראכן. די באדייט איז צו אטאקירן ווילד און אנזייען חורבן.

עס איז א מעכטיגע ווילדע אטאקע אנטקעגן א געוויסע עטנישע, רעליגיעזע, אדער אנדערע גרופע.

געווענליך מיינט דאס אז די חברה וואס האבן פאגראמירט האבן חרוב געמאכט וויכטיגע אנשטאלטן (הייזער, רעליגיעזע געביידעס, אדער ארבייטס פלעצער) פון די גרופע אנטקעגן וועם די פאגראם איז געצילט.

אין רוב פעלער איז א פאגראם באגלייט מיט פיזישע אנפאל אויף די מענטשן פון די גרופע וואס איז די ציל פון די פאגראם, און אסאך מאל אפילו מיט מערדעריי.

די ווארט האט מען היסטאריש גענוצט ווען עס איז געווען אן אנפאל אנטקעגן אידן, נישט קיין אינטערשייד אויב די אנפאל איז געווען געפלאנט אדער נישט. אבער עס ווערט אויך גענוצט אסאך ווען מען רעדט פון אנדערע אנפעלער געווענליך אויף מינאריטי גרופעס.

הויפט פאגראמען קעגן די אידן

נאמען ארט דאטום
גזרות ת"ח ת"ט פוילן 1648
פרעות "הפ-הפ" דייטשלאנד 1819
הסופות בנגב רוסלאנד 1881-1882
קעשענעוו פאגראם רוסלאנד 1903
פרעות הטירונים רוסלאנד 1904-1905
פרעות "המאות השחורות" רוסלאנד 1905
פרעות פטליורה אוקריינע 1919
קריסטאל נאכט דייטשלאנד די נאכט צווישן 9טן ביז 10טן נאוועמבער 1938
קעלצער פאגראם פּוילן 1946

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!