רוי:דראקאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אן אילוסטראציע פון א באפליגלטער, פייערשפייענדיקער דראקאן (1806)

א דראַקאָן אדער פּיפּערנאָטער איז א רעפטיליע-ענליכע לעגענדארישע באשעפעניש וואס ערשיינט אין מיטאלאגיע, דערציילונגען און פאנטאזיע. עס זענען דא מעשיות וועגן דראקאנען אין די כינעזישע, אייראפעישע, דרום אמעריקאנישע קולטורן און א סך אנדערע.

עס זענען דא א סך סארטן דראקאנען אין די פארשידענע קולטורן. אין אלגעמיין:

  • א דראקאן האט קיין ביז פיר פיס, נעגעל, שאלאכצען און אפשר שטעכלקעס. נישט דווקא מיט פליגלען.
  • דראקאנען זענען זייער שטארק.
  • א דראקאן קען אויסקוקן ווי א שלאנג מיט פליגלען, אדער ווי א יאשטשערקע.
  • א דראקאן האט א וויידל און א לאנגע האלדז.
  • א דראקאן האט א ברייט מויל מיט גרויסע און שארפע ציין.
  • א מאל האט א דראקאן הערנער און האר.
  • א דראקאן קען פליען.
  • דער כינעזישער דראקאן ווערט פארבונדט מיטן כינעזער קייסער, און דערום קען סימבאליזירן דער אימפעריאלער מאכט.
  • טייל דראקאנען וואוינען אין מערב אייראפע און אין מזרח אזיע.
  • א סך דראקאנען קענען שפייען פייער אדער אנדערע געפערליכע מאטעריאלן.
  • א דראקאן פארמאגט ספעציעלע מעגליכקייטן.
  • טייל דראקאנען וואוינען אין היילן.

דראקאנען ערשיינען אין אזעלכע דערציילונגען ווי "דער האָביט", "בעאָוואולף", "ווי אזוי צו טרענירן א דראקאן" און דער "האַרי פאָטער" סעריע. אין "דער האָביט" און "בעאָוואולף" זענען דראקאנען געפערלעך און זיי אטאקירן מענטשן. אנדערע דערציילונגען ווי פון אַן מאַקאַפרי האבן דראקאנען וואס זוכן אדער געבן הילף. אויך ווערט א דראקאן דערמאנט אין קאפיטלעך 12 - 13 פון חזון יוחנן, אין וועלכער ער ווערט באווייזט אלס דער טייוול.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!