רוי:גאלאפאגאס אינזלען

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די גאלאפאגאס אינזלען געפינען זיך נישט ווייט פון עקוואדאר אינעם פאציפישן אקעאן
די גאלאפאגאס אינזלען
גאלאפאגאס טשערעפאכע אויף סאנטא קרוז אינזל, גאלאפאגאס

די גאַלאַפאַגאס אינזלען (שפּאַניש: Archipiélago de Colón) זענען א גרופע אינזלען אינעם  פאציפישן אקעאן וואס געהערן צו עקוואדאר. די אינזלען זענען בארימט פאר א סך בעלי חיים וואס געפינען זיך נאר דארטן, איינשליסנדיק ריזן טשערעפאכעס.

97% פון די אינזלען זענען א נאציאנאלער פארק. דער גאלאפאגאס נאציאנאלער פארק איז אן אונעסקא וועלט ירושה ארט (1978).[1]

טייל היסטאריקער האלטן אז א גרופע פון די אינקא האבן אנטפלעקט דעם ארכיפעלאג אין א רייזע אונטער זייער קייסער טאפא אינקא יופאנקי (1471–1493).

ארט

די  גאלאפאגאס אינזלען זענען אויפן עקוואטאר , 973 ק"מ פון עקוואדאר אין דרום אמעריקע. זיי זענען 19 אינזלען מיט סה"כ א שטח פון 8,010 קוואדראט ק"מ  יבשה.[2] די אינזלען זענען צוזאמענגעשטעלט פון  וואולקאנען. די לעצטע וואולקאנישע אויפרייס איז געווען קערא אזול אויף איזאבעלע אינזל אין מיי 2008.

אין 2001, האבן געוואוינט עטליכע  18,000 מענטשן אין די גאלאפאגאס אינזלען.[2]

גאלאפאגאס פראווינץ

רעפערענצן

  1. UNESCO, "Galápagos Islands"; דערגרייכט 2012-4-21.
  2. 2.0 2.1 "Galapagos Islands" (in en).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!