רוי:עדת יראים וויען

פון המכלול
ווערסיע פון 21:58, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט עדת יראים וויען צו רוי:עדת יראים וויען אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קהל עדת יראים וויען איז אַן אַמעריקאַנער חרדי'שע קהילה צענטרירט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און געגרינדעט דורך יידן פון וויען. די קהילה האָט אויך שולן אין בארא פארק און מאָנסי, ווי אויך חינוך אינסטיטוציעס וואָס אנטהאלטן תלמוד תורה, א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה.

היסטאריע

די וויענער קהילה איז פאָרמאל געגרינדעט געוואָרן אין וויליאמסבורג אין תש"א (זונטאג, דעם 25סטן מאי 1941) דורך קלונימוס ריכטער. זי איז באשטאנען פון אַן עולם פון אויבערלענדער און יעקישע יידן וואָס זענען געקומען פון בורגנלאנד, עסטרייך (בפרט פון די שבע קהילות), סלאוואקיי און אונגארן (אויבערלאנד) קיין וויען (הויפּטקוואַרטירנדיג זיך אין דער באַרימטער שיפשול) און דערנאָך קיין וויליאמסבורג אונטער דער פירערשאפט פון הרב יונתן שטייף.

זיי האבן אפגעקויפט דעם טעאטער אויף לי עוועניו, און מקדש געווען אלס א בית הכנסת, און געדאווענט נוסח אשכנז.

ר' אשר אנשיל כ"ץ דער יעצטיגער רב האט פארוואנדלט די קהילה אין א חסידות, מען דאווענט שוין היינט דארט נוסח ספרד, ווי אויך האט ער געלייגט מזוזות, און ער פירט דארט טיש.

רבנים

די רבנים פון די קהילה ווערן אויפגענומען דורך וואלן.

דער ערשטער רב, רבי יונתן שטייף, איז נפטר געווארן תשי"ח, און איז געווארן איבערגענומען דורך רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש (הודהאזער רב). נאך זיין פטירה דעם ערשטן טאג ראש השנה תשנ"ב איז ער איבערגענומען געווארן דורך דער דעם יעצטיקן וויענער רב הרב אשר אנשיל כ"ץ.

דיינים

די דיינים זענען ווי פאלגנד:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!