רוי:דארנבירן

פון המכלול
ווערסיע פון 01:15, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכן" ב־"ליכן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

דארנבירן
Dornbirn Hatlerdorf.JPG
א בליק אויף דארנבירן אין דעם ווינטער
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°24′50″N 09°44′40″E / 47.41389°N 9.74444°E / 47.41389; 9.74444 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער אנדרעא קאופמאן
שטח 120.97 קוואדראט ק"מ
הייך 437 מעטער

 ‑ אין שטאָט

48,779‏  (שטייענדיג 2017)

דארנבירן (דייטשיש:Dornbirn), איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד פון פארארלבערג, אין דער מערב'דיגער זייט פון עסטרייך, אויפן ברעג פונעם "דורנבירנער אך" טייך (דייטשיש: Dornbirner Ach), וועלכער גיסט זיך אריין גלייך אין דער "קאנסטענץ" אזערע. די באפעלקערונג פון דארנבירן ציילט אפ 48,779 איינוואוינערס (יאנואר 2017).

די שטאט איז א גרויסן ביזנעס צענטער, און ווערט פארעכנט אלס דער גרעסטער האנדל און איינקויף שטאט אין פארארלבערג. אין דארנבירן געפינט זיך אויכעט די אפיציעלע עסטרייכישע טעלעוויזיע און ראדיא אויטאריטעט ORF. אין דער פארגאנגענהייט דארנבירן איז געווען א הויפטזעכליכן צענטער פון דער טעקסטיל אינדוסטריע, וועלכע האט זיך היפש רעדוצירט אין די 1980ער יארן.

געאגראפיע

די שטאט געפינט זיך אין דער מערב'דיגער זייט פון דעם לאנד פארארלבערג, אין א הייך פון 437 מעטער העכער דעם ים פלאך, אין דעם "אלפנריין" טאל, צופיסנס פון דעם "קארן בארג" (דייטשיש: Karren), וואס איז א חלק פון דער "ברעגנסוואלד בערגן" קייט (דייטשיש: Bregenzerwaldgebirge), אין די עקן פון די אלפן בערג. די שטאט גרעניצט זיך מיט דייטשלאנד, שווייץ און ליכטנשטיין.

דער מארקפלאץ אין דארנבירן

היסטאריע

דער מקור פונעם נאמען "דארנבירן" איז פון דער ווארט Torrin Puirron וואס ווערט איבערגעטייטשט ווי "דער יישוב פון טארא" (א נאמען פון אן אגראנאמישן אלעמאנישן יישוב וואס האט זיך געפינען דארט אין דער ווייטערער פארגאנגנהייט).

די שטאט איז דערמאנט געווארן צום ערשטן מאל אין א דאקומענט פון יאר 895 פון דער שטאט סאנקט גאלן אין שווייץ. אין יאר 1380 דארנבירן איז אריבערגעפירט געווארן צו דער הערשאפט פונעם האפסבורגער הויז. אין יאר 1932 האט מען פאראייניגט דעם שטאט מיטן דארף "עבניט" (דייטשיש: Ebnit), און אין יאר 1969 איז דארנבירן געווארן דעם זיץ ארט פון דער אדמיניסטראטיווער אויטאריטעט פונעם דארנבירן דיסטריקט.

טראנספארט

צוליב דעם פאקט אז דארנבירן געפינט זיך אין דעם "ריין" טאל, ווערט זי באטראכט אלס א וויכטיגע קרייצונג פון רעגיאנאלע און צווישן-שטאטישע בוס ליניעס, וואס פארבינדט ברעגענץ צום צפון, פעלדקירך צום דרום, און ברעגענץ וואלד צום מזרח. דער A-14 אטאסטראדע שניידט דורך צו דער מערב ריכטונג. דער "אכריין" (דייטשיש: Achrein) טונעל וואס איז געעפנט געווארן אין 2009, פארבינדט דירעקט דארנבירן/האסלשטאודן מיט דעם בערגענץ וואלד און אלבערשווערדע ראיאן. די שטאט פארמאגט א אויסגעצייכנטע נעץ פון שטאטישע בוסן, און די הויפט באן סטאנציע פון דארנבירן באדינט אלס א וויכטיגער אפשטעל-ארט פאר אלע באנען וואס פארן פון דעם מזרח'דיגן טייל פון עסטרייך צום מערב'דיגן טייל. עס איז פאראן אויכעט א קליינע לופטפעלד אין דער אומגעבונג פון דארנבירן.

Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!