רוי:נארד ריין-וועסטפאליע
נאָרד ריין־װעסטפאַליע Nordrhein-Westfalen | |||||
| |||||
שפּראַכן | סטאַנדאַרט דייטשיש, נידערדייטש | ||||
הויפּטשטאָט | דיסלדאָרף | ||||
גרינדונג דאַטום | 23סטן אױגוסט 1946 | ||||
שטח | 34,088.01 קוואַדראַט ק״מ | ||||
באַפעלקערונג צאָל | 17,845 | ||||
באַפעלקערונג געדיכטקייט | 523 איינוואוינערס אַ קוואַדראַט ק״ם | ||||
פרעמיער מיניסטער | האַנעלארע קראַפט | ||||
אָפיציעלער קאָד | DE-NW | ||||
וועב זייט | www.nrw.de |
נאָרד ריין־װעסטפאַליע, אדער צפון ריין־װעסטפאַליע (דייטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דייטשלענדיש לאַנד, װאָס געפינט זיך אין מערב־דייטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפעלקערונג צװישן אלע דייטשע לענדער מיט 17,878,000 איינװױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק"װ ק"ם: דאָס פיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מיינסט געדיכט באַװױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געװאָרן אין 1946 װי אַ סכום פון פריערדיקע פּרייסישע פּראָװינצן ריינלאַנד (נאָר די צפונדיקע טייל) און װעסטפאַליע.
באַפעלקערונג
דאָס האַרץ פונעם לאַנד איז די רור געגנט, װאָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן איינװױנערס די מערסטן באַפעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דייטשלאַנד. פונדעסטװעגן, די צװיי גרעסטע שטעט קעלן (די פירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אייגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פאָלגנדיקע:
פּאָזיציע | נאָמען | באַפעלקערונג, צאָל 2010 | שטח, ק"װ ק"ם | געדיכטקייט, אַ ק"װ ק"ם |
---|---|---|---|---|
1 | קעלן | 1,000,660 | 405.15 | 2,470 |
2 | דיסלדאָרף | 586,564 | 217.01 | 2,703 |
3 | דאָרטמונד | 580,688 | 280.37 | 2,071 |
4 | עסן | 575,027 | 210.38 | 2,733 |
5 | דיסבורג | 501,564 | 232.81 | 2,154 |
6 | באָכום | 385,626 | 145.43 | 2,652 |
7 | וואוּפּערטאַל | 359,237 | 168.37 | 2,134 |
8 | בילעפעלד | 326,925 | 257.83 | 1,268 |
9 | באָן | 312,818 | 141.22 | 2,215 |
10 | מינסטער | 270,868 | 302.91 | 894 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!