רוי:דזשייסן גרינבלאט

פון המכלול
ווערסיע פון 21:01, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פערזענלעכ" ב־"פערזענליכ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דזשייסן גרינבלאט

דזשייסן דוב גרינבלאט (ענגליש: Jason Dov Greenblatt; געבוירן 1967) איז אַן אמעריקאנער אַדוואָקאַט. ער איז געווען דער עקזעקוטיוו וויצע־פּרעזידענט און הויפּט לעגאַלער באאמטער צו דאָנאַלד טראַמפּ און די טראַמפּ ארגאניזאציע, און זיין עצה־געבער וועגן מדינת ישראל.[1] אין יאנואר 2017, איז ער באשטימט געווארן אלס אסיסטענט צום פרעזידענט און ספעציעלער פארשטייער פאר אינטערנאציאנאלע פארהאנדלונגען דורך פרעזידענט דאנאלד טראמפ .

יונגע יארן

גרינבלאַט איז דער זון פון אונגאַרישע אידישע פּליטים, און איז אויפגעוואַקסן אין פארעסט הילס, קווינס, ניו יאָרק סיטי.[2] בעת דער צווייטער וועלט מלחמה, איז זיין פאָטער אַנטלאָפן פון טשעקע (ענ') אין 1941 אלס קינד; זיין מוטער האָט זיך באהאלטן אין בודאפעסט מיט איר פאַמיליע בשעת דער נאצישער אָקופּאַציע, און איז אַנטלאָפן אין די פאראייניגטע שטאטן נאָך דער אונגערישער רעוואלוציע אין 1956. ער איז געבוירן מיט דעם נאָמען טעאָדאָר, אָבער אין זיין בחורישע יארן האט ער געזעצלעך געענדערט זיין נאמען. ער איז דער ערשטער קוזינע, שני בשלישי, פון דעם אַנטי מלחמה אַקטיוויסט ראבערט גרינבלאַט.

גרינבלאַט האט געלערנט אין ישיבה דב רעוועל, דער מאַרשאַ שטערנער תלמודישער אַקאַדעמיע, דערנאָך אין ישיבה אוניווערסיטעט וואו ער האָט שטודירט ענגליש. אין 1992, האט גרינבלאט באקומען אַ JD דיפלאם פון דעם ניו יארק אוניווערסיטעט שולע פון געזעצן.

פערזענליכע לעבן

גרינבלאט איז אן ארטאדאקסישער איד, און וואוינט אין טינעק, ניו דזשערסי, מיט זיין פרוי און זעקס קינדער, וואס די עלטסטע דריי פון זיי זענען א דרילינג.[3] זיין פרוי, ד"ר נעמי גרינבלאַט, איז א פסיכיאטערקע.[2]

רעפערענצן

  1. Mr. Jason D. Greenblatt. thenycmeetings.com.
  2. 2.0 2.1 How Trump’s Israel adviser, Jason Greenblatt, could play a history-altering role. JNS.org (‏‏8טן יוני, 2016). דערגרייכט דעם 11טן נאוועמבער, 2016.
  3. Meet Trump’s Israel adviser. The Times of Israel (‏‏21סטן אפריל, 2016). דערגרייכט דעם 11טן נאוועמבער, 2016.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!