רוי:באנק אגודת ישראל

פון המכלול
ווערסיע פון 03:41, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

באנק אגודת ישראל איז א באנק אין ישראל וואס אינוועסטירער פון חוץ־לארץ האבן אויפגעשטעלט אין יאר 1965, אין קאלאבאראציע מיט אגודת ישראל. סוף 1971 האט זיך פארפלאנטערט דער באנק מיט שוועריקייטן און אין אנהייב 1972 האט באנק לאומי אפגעקויפט די באנק.[1]

היסטאריע

באנק אגודת ישראל איז געגרינדעט געווארן דור די אינוועסטירער יוסף גלעזער און שמחה הורוויץ.[2] אגודת ישראל האט געהאט אקציעס אין דער באנק, און דער רעגלאמענט פון דער באנק האט פעסטגעשטעלט אז דער אמט פון באנק יושב ראש וועט זיין אין די הענט פון אגודת ישראל, און אז אגודת ישראל טאר נישט פארקויפן אירע אקציעס אין דער באנק.

אין 1967, נאך דעם קראַך פון באנק פויכטוואנגער, האט באנק אגודת ישראל אפגעקויפט רוב פון די צווייגן פון פויכטוואנגער.[3] ווען באנק אגודת ישראל האט זיך פארפלאנטערט אין 1971 האט זי געהאט 10 צווייגן.

ווען די באנק איז איינגעפאלן איז דאס געווען איינע פון די סיבות פארוואס באנק ישראל האט געפועל'ט צו דער געזעצגעבונג פון דעם באנקעריי געזעץ אין ישראל.[4]

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. שאול אברון, בנק אגודת ישראל נמכר לבל"ל, מעריב, יאנואר 14, 1972
  2. באנק אגודת ישראל עפנט אירע טויערן, בית יעקב, סיון תשכ"ה, עמ' 31
  3. דניאל בלוך, כל עסקי בנק ישראל, דבר, מאי 3, 1967
  4. פרופ' מאיר חת, ההיסטוריה של חוק הבנקאות, באתר "איגוד הבנקים"