רוי:אריסטובולוס דער פערטער

פון המכלול
ווערסיע פון 22:35, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קומענדיק" ב־"קומענדיג")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אריסטאבולוס דער פערטער (31 – 7 פאר דער נייער צייטרעכענונג) איז געווען אַ בן-מלך פון יהודה.

לעבנסגעשיכטע

אריסטאבולוס (דער פערטער) איז געווען אַ זון פונעם מלך הורדוס און זיין ווייב מרים פון בית חשמונאים. ווען אריסטאבולוס איז געווען בערך דרייצן יאָר אַלט, איז ער צוזאַמען מיט זיין ברודער אלכסנדר געשיקט געוואָרן זיך דערציִען אין רוים, אין דער היים פונעם סענאטאָר גאַיוס אַסיניוס פּוליִאָ, אַלס פּאָטענציִעלע יורשים פונעם מלך.

ווען אריסטאבולוס האָט זיך אומגעקערט קיין יהודה צוזאַמען מיט זיין ברודער אלכסנדר, האָבן אייניקע מקורבים פונעם מלך אָנגעהויבן פאַרשרפּרייטן קלאַנגען, אַז די ברידער פּלאַנירן כלומרשט מאַכן אַן אַטעטנאַט אויף זייער פאָטער הורדוס. דאַן האָט הורדוס באַשלאָסן באַשטימען אַלס יורש אויך אנטיפטרוסן, זיין זון פון אַן אַנדער ווייב (באַנאַנד מיט אריסטובולוסן און אלכסנדרן). אריסטובולוס און אלכסנדר האָבן דערזען אין דעם אַ נזק פאַר זייער סטאַטוס און זיי האָבן זיך באַמיט אומקערן זיך דעם סטאַטוס פון די איינציקע יורשים. איינצייטיק האָט אנטיפטרוס געבויט קעגן זיי אינטריגעס כדי ווערן דער איינציקער יורש פונעם מלך. די אויפפירונג פון אריסטובולוס און אלכסנדר, ווי אויך דער פאַקט, וואָס זיי זענען עפנטלעך אַרויסגעטראָטן קעגן דעם, וואָס דער מלך הורדוס האָט באַפוילן הינריכטן זייער מוטער מרים, האָט נאָך מער פאַרערגערט זייער לאַגע . הורדוס האָט באַשולדיגט זיי פאַרן קיסר אוגוסטוס אינעם פּלאַנירן אַן אַטענטאַט אויפן אים, אָבער דער קיסר האָט געמאַכט אַ שלום-בית צווישן דעם פאָטער און די זין. אריסטובולוס און אלכסנדר זיין באַשולדיגט געוואָרן צום צווייטן מאָל אינעם פּלאַנירן הרגענען הורדוסן. אין דעם פאַל האָט זיי געראַטעוועט אַ מוטיקע אַריינמישונג פון ארכלאוסן דעם פאָטער פון אלכסנדרס ווייב גלפירה.

אָבער סוף-כל-סוף האָט זיך אַ חנפן מיטן נאָמען איריקלס, וועלכער איז צוגעשיקט געוואָרן דורך אנטיפּטרוסן, איינגעגעבן אָנרייצן הורדוסן אויף די זין. הורדוס האָט באַקומען פון אוגוסט וסן אַ רשות שטעלן זיי צום משפט. זיי זענען פאַרורטיילט געוואָרן צום טויט. נאָך דעם, ווי די ברידער זענען הינריכטעט געוואָרן אין דער שטאָט שומרון (סעבאַסטיע), האָט דער קיסר געזאָגט, אַז בעסער איז זיין הורדוסעס חזיר, איידער זיין זון.

אין 16 פאַר דער נייער צייטרעכענונג האָט אריסטובולוס חתונה געהאַט מיט זיין שוועסטערקינד בערניקי, וועלכע איז געווען די טאָכטער פון הורדוסעס שוועסטער שלומית און קוסגבר דעם גובערנאַטאָר פון אדום. אריסטובולוס און בריניקי האָבן געהאַט פינף קינדער: הורדוס, אגריפּס (דער קומענדיגער מלך אגריפּס דער ערשטער), אריסטובולוס, הרודיאס און מרים.

וועבלינקען

"די קינדער פון אריסטובולוס דעם פערטן" (אויף ענגליש) - http://www.jjraymond.com/religion/aristobuluschildren.html

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!